Download PDF

כיסופים

מרדכי ווערדיגער

Original Track

כיסופיםמרדכי ווערדיגער5:05

Cover Tracks

S0282 - כיסופים2:22
S0282 - כיסופים (2)3:51

די זון, די שטערן זאגן עדות,
די וועלדער און די פעלדער גלייך.
די ערד וואס האט געזען די זיידעס,
יעדער אויף זיין אייגענע שפראך.

אב הרחמן שמע קולינו,
זע וואס אויף דער וועלט קומט פאר.
רצונך איז דאך רצוננו,
כַּשֶׁמֶשׁ בַּצָהֳרַיִם קלאר.

השתוקקות טוט צו דיר שלעפן,
א העכערקייט ביי אונז עס מאנט.
אבער פארט איז דא וואס זיי ווילן טשעפען,
נישט לאזן ווערן צו דיר נאנט.

געגועים שרייען, צו דיר רופן,
פון אלע עקן פון דער וועלט.
די הערצער בענקען מיט כיסופים,
ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט.

די מעגליכקייט פון די וועלט'ס תענוגים,
די טיר צום גאס איז אפן ברייט.
פון אלע זייטן, מקטריגים,
אבער קוק ווי שיין דיין פאלק היינט שטייט.

אזויפיל תורה, אזויפיל שיעורים,
חסד און צדקה אן א גבול.
א יעדע מצוה מיט הידורים,
מיט אמונה איז די וועלט היינט פול.

כַּמַיִם פָּנִים לַפָּנִים,
צי פילסטו נישט דאס ענגשאפט גרויס.
איך בעט דיך, רחם אב על בנים,
איך ווייס נישט וויאזוי דו האלטסט עס אויס.

געגועים שרייען, צו דיר רופן,
מ'בעט פון אלע עקן וועלט.
עס בענקט דאס הארץ, פול מיט כיסופים,
ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט.

געגועים פון אייער הארצן טיפן,
איך זע עס שאקלט דאך די וועלט.
איך פיל יא אייער בענקשאפט, אייערע כיסופים,
איך האב קיינמאל נישט אזוי געקוועלט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection