Download PDF

נשיאת כפים

ליפא שמעלצער

Original Track

נשיאת כפיםליפא שמעלצער7:20

מיר בעטן דיר א תפילה מְפוּרֶשֶׁת,
בָּרְכֵנוּ בַּבְּרָכָה הַמְשׁוּלֶשֶׁת,
הָאֲמוּרָה מִפִּי אַהֲרֹן וּבָנָיו כֹּהֲנִים,
אין בית המקדש אין יענע זמנים.

השם יתברך וועט בענטשן צום גוטן,
וְיִשְׁמְרֶךָ, דיר אפהיטן.
דער גאנצער קהל וואס שטייט אינדערמיטן,
זאל געבענטשט ווערן.

יָאֵר הַשֵׁם פָּנָיו אֵלֶיךָ,
לייכטן דיין פנים, וִיחֻנֶךָּ,
דערהייבן דיר, אֲרוֹמֶמְךָּ,
חן פארמערן.

געבענטשט זאלסטו זיין, באקומען די כללים,
פרידן אויף דיר, אין דיינע אוהלים,
וישם לך שלום,
נאר פרידן.

בזכות אברהם, דערמאנען מ'מוז,
יצחק און יעקב, זכור ברית.
ווען וועלן מיר שוין האבן דעם זכות,
מ'וועט בענטשן אידן.

יְבָרֶכְךָ הַשֵׁם וְיִשְׁמְרֶךָ, יָאֵר הַשֵׁם פָּנָיו אֵלֶיךָ וִיחֻנֶךָּ,
יִשָׂא הַשֵׁם פָּנָיו אֵלֶיךָ וְיָשֵׂם לְךָ שָׁלוֹם.

ווען די בית המקדש איז געווען אין איר פראכט,
איידער מען האט דעם בית חרוב געמאכט.
מ'פלעגט עולה רגל זיין שלש פעמים,
מקריב געוועזן עולות ושלמים.

אלע אידן פון איבעראל,
זענען געקומען קיין ארץ ישראל.
כהנים האבן געבענטשט אויפאמאל,
ווי שיין איז עס געווען.

שלש רגלים, א הערליכע זאך,
מ'בעט שערי שמים פתח.
אלע אידן בענטשט מען דאך גלייך,
ווען וועט מען דאס שוין זען.

אלע כהנים נעמט מען צונויף,
אויפן דוכן זיי גייען ארויף.
זייערע הענט הייבן זיי אויף,
אוי א הייליגע שעה.

יראת שמים, דאס הארץ עס שרעקט,
ווען מיטן טלית, מ'איז איבערגעדעקט,
דער כהן, רחמי שמים ערוועקט,
יְבָרֶכְךָ.

מִשֶׁחָרַב בית המקדש, מ'איז נישט געווען ווערד,
די הייליגע עבודה האט דאן זיך אויפגעהערט.
דערמאנט מען נאר א זכר פון אונזער הייליג וואוין,
אין יעדע בית מדרש'ל בענטשט דאך אונז דער כהן.

כהנים ביים ארון הקודש זיי שטייען,
יעדע ווארט נאכן חזן זיי שרייען.
אלע אידן געבענטשט ווערן גייען,
יעדנ'ס בקשה זיינעם.

מ'פועל'ט דאך אויס, איז נישט קיין שאלות,
יעדער וויינט אונטערן טלית.
צוזאמען קען מען זיך אויסבעטן אלעס,
ווינטשן כהנים.

באשעפער, מיר בעטן אויף תחיית המתים,
יעדער וועט קומען מיט זיינע טליתים.
דער כהן גדול בענטשן אונז הייסן,
בְּבֵית מִקְדָשְׁךָ.

ושם נשיר שיר חדש,
כהנים און כהן גדול בראש,
וועלן אונז בענטשן אין בית המקדש,
יְבָרֶכְךָ.

יְבָרֶכְךָ הַשֵׁם וְיִשְׁמְרֶךָ, יָאֵר הַשֵׁם פָּנָיו אֵלֶיךָ וִיחֻנֶךָּ,
יִשָׂא הַשֵׁם פָּנָיו אֵלֶיךָ וְיָשֵׂם לְךָ שָׁלוֹם.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection