א אידעלע
אייזיק האניג
Original Track
לחן: ר' אייזיק האניג, שלום עזרי | מילים: ר' אייזיק האניג | בהר המוריה (תשס"ד)
דרייט זיך א אידעלע אינמיטן וועג,
אינגאנצן פאר'צער'ט, אינגאנצן פארטראכט.
וואו זענען מיינע טעג,
וואו האב איך זיי פארבראכט.
אוי וויי געוואלד, אוי אוי וואו איך האלט.
רבונו של עולם, הער צו מיין געשריי.
איי אידעלע, איי אידעלע,
שטארק דיך, שטארק דיך, אידעלע.
איי אידעלע, איי אידעלע,
שטארק דיך, שטארק דיך, אידעלע.
מה רבו מעשיך השם,
דיינע וואונדער ווער קען פארשטיין.
פיל וועלטן האסטו באשאפן,
דו פירסט און שפייזט דאך אלעס אליין.
וואס עס פאסירט אויף הימל און ערד,
ווערט נאר דורך דיר באשערט.
ווער קען דען באשרייבן דיין גרויסן כח,
פון דיין מיליטער וואס דו האסט אין דער הויך.
טויזנטער מלאכים אן א צאל,
וואס זענען אן א מאס גרויס.
שטייען גרייט אויף דיין באפעל,
ווי א פייל פליט פון בויגן ארויס.
זיי לויבן מיט שירה, דעם הייליגן בורא,
דערהייבן זיין כבוד, מיט ציטער און מורא.
אבער א ברכה פון א איד מיטן הארץ צו אים,
דער גרעסטער נחת האט ער פון דעם.
געדענק, געדענק, דיינע מצוות אזוי שיין,
דיין תורה מלא חן.
ער ווארט אויף דיין געבעט,
דיין גוטע מחשבה ער זעט.
אידעלע, זיי פרייליך,
שטארק דיך, שטארק דיך אצינד.
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך,
ער רופט דיך אן מיין קינד.
אידעלע, אידעלע, וועק דיך פון שלאף אויף,
א קרעכץ גייט ארויף.
ווי טייער איז יעדעס מאל,
ווען דו זאגסט שמע ישראל.
אידעלע, טו דאנקען און לויבן,
שטארק דיך, שטארק דיך שוין.
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן,
מכל עם ולשון.
איי אידעלע, אוי אידעלע,
שטארק דיך, שטארק דיך, אידעלע.
איי אידעלע, איי אידעלע,
שטארק דיך, שטארק דיך, אידעלע.
באלד ווען משיח וועט קומען,
מיר וועלן דערלעבן דעם גרויסן טאג
וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר.
ווי בא'חנ'ט, ווי באליבט, דיין עבודה איז געווען,
וועסטו זען דאן אפן און קלאר.
לאמיר זיך פרייען מיטן גרויסן בורא,
לאמיר זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה,
אים דינען יעדע רגע און איעדע מינוט,
מיר גייען שוין אקעגן משיח בן דוד.
געדענק, געדענק, דיינע מצוות אזוי שיין,
דיין תורה מלא חן.
ער ווארט אויף דיין געבעט,
דיין גוטע מחשבה ער זעט.
אידעלע, זיי פרייליך,
שטארק דיך, שטארק דיך אצינד.
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך,
ער רופט דיך אן מיין קינד.
אידעלע, אידעלע, וועק דיך פון שלאף אויף,
א קרעכץ גייט ארויף.
ווי טייער איז יעדעס מאל,
ווען דו זאגסט שמע ישראל.
אידעלע, טו דאנקען און לויבן,
שטארק דיך, שטארק דיך שוין.
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן,
מכל עם ולשון.
איי אידעלע, אוי אידעלע,
שטארק דיך, שטארק דיך, אידעלע.
אוי אידעלע, איי אידעלע,
שטארק דיך, שטארק דיך, אידעלע.
דרייט זיך א אידעלע אינמיטן וועג,
אזוי פרייליך, זיין פנים לייכט.
אוי ווי שיין זענען מיינע טעג,
פול מיט מצוות, טאג און נאכט.
אוי וויי, אוי וויי געוואלד,
משיח קומט דאך באלד.
רבונו של עולם,
איך וועל בלייבן פאר דיר געטריי.
