א דארפסמאן
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: עממי, ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון (תש"ס)
א דארפסמאן פון די אלטע צייט,
פארט זיך א נסיעה זייער ווייט.
אין א בית המדרש איז ער קיינמאל נישט געווען,
ווי זעט אויס א שול וויל ער זען.
אין שטאטישן בית המדרש איז ער אריין,
ער זוכט א פלאץ אויף שבת וואו צו זיין.
מ'האט אים אויפגענומען אזוי ווי עס פאסט,
שלום עליכם, א חשוב'ער גאסט.
פרייטאג ביינאכט געפעלט אים אלעס,
ער כאפט אזויפיל התפעלות.
געזונגען צוזאמען האבן אלע,
לכה דודי לקראת כלה.
ס'קומט אבער שבת צופרי,
א בעל תפילה צו הודו שיקט מען צו.
מען פארשיקט אים ביי שוכן עד,
ער פארשטייט נישט פון דעם די פשט.
ער איז געוועזן א שיינע בעל תפילה,
מען האט אים פארשעמט פאר די גאנצע קהילה.
ער האט געדאוונט געשמאק און הויך,
מ'האט אים פארשיקט אן א יישר כח.
ביים ליינען א נייע מציאות,
שטייט א גבאי און ער טיילט עליות.
די ערשטע עליה א בחור'ל באקומט,
ער קוקט עס אן אינגאנצן פארקרימט.
א יונגערמאן האט באקומען שלישי,
און אן אלטער איד האט באקומען שישי.
וואס טוט זיך מיט דעם גבאי'ן, פארשטייט ער נישט,
אלט און יונג האט ער אויסגעמישט.
צום גבאי'ן איז ער צוגעגאנגען,
אן ענטפער טוט ער פארלאנגען.
דו האסט אזא מאדנע התנהגות,
ביטע פארענטפער מיינע פראגעס.
עס טוט מיר וויי, ליידער ליידער,
פארוואס טיילסטו נישט עליות מיט קיין סדר.
ווען דו גייסט מיט א סדר, איז אסאך מער גרינג,
פארוואס מישטו אויס אלט און יונג.
דער גבאי זאגט אים, דו רעדסט זייער נאריש,
איך גיי דיר נישט אלעס זיין מפרש.
ביסט קוים דא געקומען צו גיין,
און שוין ווילסטו אלעס פארשטיין.
דער משל, זאגט אונז דער הייליגער חפץ חיים,
איז דאך גלייך צו דעם מענטש און דעם מלך חי וקים.
דער מענטש איז דער גאסט
וואס קומט אויף די וועלט דא אהער,
און דער גבאי מיינט מען נאר אים, דעם הייליגן באשעפער.
דער מענטש איז קוים געקומען אויף די וועלט דא צו גיין,
און גלייך האט ער שאלות
און ער וויל אלעס פארשטיין.
פארוואס איינעם גייט גרינג און איינעם שווער,
פארוואס איינער האט ווייניג און דער צווייטער האט מער.
איינער האט רחבות אלעמאל,
דער צווייטער מוטשעט זיך אן א צאל,
פארוואס יענער אזוי גרינג ער פארדינט.
און איך מוטשע זיך יעדן טאג,
מיט אזויפיל צער, מיט אזויפיל פלאג,
איך האב קוים לחם לאכול צו געבן פאר מיין קינד.
איינער א משפחה, ערליך און שיין,
קינדער איינס ביי איינס מלא חן,
א צווייטער האט צער גידול בנים אן א שיעור.
איינער טוט שידוכים זייער גרינג,
מ'צעכאפט זיינע קינדער ווען זיי זענען יונג,
ביי א צווייטן גייט אזוי שווער, ער פרעגט, באשעפער, פארוואס פונקט ביי מיר.
מענטשעלע, מענטשעלע,
דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק,
וויסן זאלסטו, אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג.
איך פיר שוין די וועלט טויזנטער יארן,
און יעדע זאך האט א חשבון א קלארן,
און דו ביסט קוים געקומען דא צו גיין.
יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר,
צי דו זעסט אז ס'איז גוט,
צי דו מיינסט אז ס'איז חלילה צער.
ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר,
ואין לך רשות להרהר,
מיין טייער קינד, דו קענסט נישט אלעס פארשטיין.
א טומל אין שטאט, א פחד א שרעק ס'פאלט,
יעדער איינער שרייט, באשעפער, אוי אוי אוי געוואלד.
א ביטערע צרה פאסירט האט אין א משפחה,
יעדער פרעגט פארוואס, על מה עשה השם ככה.
הייליגער באשעפער, ס'טוט דאך אזוי וויי,
ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס עפעס פונקט ביי זיי,
האט אנגעטראפן אזא צער און אזא קלעם,
יעדער איינער פרעגט, למה למה השם.
קינדער שטעם חטא לא טעמו,
פרעגן וואו איז מיין טאטע און מאמע,
זיי דרייען זיך ארום מיט שווערע פראגעלעך.
טרערן טוט מען פארגיסן,
פארוואס ווערן אוועקגעריסן,
אזעלכע יונגע ביימער און יונגע צווייגעלעך.
ביי איינעם געבוירן געווארן א קינד,
לא עלינו, נישט געזונט,
די טאטע און מאמע פרעגן מיט וואונדער.
זיי שטייען אומגעדולדיג,
א ריינע נשמה, אומשולדיג,
הייליגער באשעפער,
פארוואס פונקט ביי מיינע קינדער.
מענטשעלע, מענטשעלע,
דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק,
אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג.
איך פיר שוין די וועלט טויזנטער יארן,
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן,
און דו ביסט קוים געקומען דא צו גיין.
יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר,
צי דו זעסט אז ס'איז גוט,
צי דו מיינסט אז ס'איז חלילה צער.
ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר,
ואין לך רשות להרהר,
מיין טייער קינד, דו קענסט נישט אלעס פארשטיין.
