אונטערן חופה
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: ר' גדעון לעווין, שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה (תשנ"ט)
שטייט א קינד נעבן טאטנ'ס בעט,
און דער קינד צום טאטן ער רעדט.
טאטע, טאטע, דו ליגסט דאך אזוי שוואך,
טאטע, טאטע, דו ליגסט דאך אזוי שוואך,
אבער זאג מיר צו, נאר איין זאך.
טאטע, קוק דיך גוט אום,
איך האב חתונה אין געציילטע וואכן ארום.
איך וויל אז דו זאלסט מיר צוזאגן,
איך וויל אז דו זאלסט מיר צוזאגן,
אז דו וועסט דיין קינד צום חופה טראגן.
אוי, הער מיין קינד, שמע בני,
איין זאך זאג איך דיר צו.
ווען ס'וועט קומען דער טאג
און דו וועסט צום חופה שפאצירן,
וועט דיך דיין טאטע דארט פירן.
אז דער אויבערשטער וועט מיר געבן,
דיין שמחה צו דערלעבן,
צו זען ווי דיין שיינע קייט טוט זיך וועבן.
לאמיר צוזאמען געבן א געשריי,
רפאנו השם ונרפא.
איך זאל דערלעבן מיט געזונט,
נחת פון מיין קינד,
ווען דו גייסט יעצט פלעכטן דעם נייעם בונד.
מיין קינד, מיין קינד, גיי בוי אויף דיין הייליג שטוב,
מיין קינד, מיין קינד, איך האב דיר אזוי ליב.
ס'איז דורכגעגאנגען אינגאנצן געציילטע טעג,
און דער טאטע איז אוועק אויף גאר א ווייטן וועג,
א וועג וואס פון דארט קומט מען נישט צוריק,
א וועג וואס פון דארט קומט מען נישט צוריק,
ער האט נישט דערלעבט זיין איינציגע גליק.
דאס קינד איז פון שבעה אויפגעשטאנען,
צום טאטנ'ס ציון מיט בכיות איז ער געגאנגען.
אבי אבי, טאטע זכרונו לברכה,
וואס איז געשען מיט דיין הבטחה.
דו האסט מיר צוגעזאגט,
ווען איך וועל צום חופה שפאצירן,
וועסטו מיך נאך, טאטע, דארט פירן.
אבער טאטע טאטע, איך בין געבליבן אליין,
מיט וועמען וועל איך צו די חופה גיין.
טאטע טאטע, טו דיר אן דיין קרוין,
צום חתונה קום פון עולם העליון.
טאטע טאטע, פון הארץ בעט איך ביי דיר,
ווייל אפילו פון אויבן ביסטו א טאטע פאר מיר.
טאטע, טאטע, איך גיי אויפבויען מיין הייליג שטוב,
טאטע, טאטע, איך האב דיך אזוי ליב.
דער חתן לייגט זיך שלאפן אויף דער נאכט,
און א שרעקליכע חלום האט זיך צו אים געמאכט.
דער טאטע האט זיך צו אים באוויזן,
ער זאגט, מיין קינד, איך וויל צו דיר שמועסן,
איך האב געזען די טרערן וואס דו האסט געטון פארגיסן.
מיין קינד, מיין קינד, דו מוזט פארשטיין,
דעם טאטן האב איך נישט געמיינט מיר אליין.
דעם טאטן האב איך געמיינט,
דעם הייליגן שוכן במרומים,
דער גרויסער טאטע, דעם אבי יתומים.
ער איז דער גרויסער טאטע,
ער וועט דיך נישט לאזן אליין,
און ער וועט מיט דיר צו די חופה גיין.
מיין קינד, כ'האב באקומען דיין הזמנה,
די תפילות וואס דו האסט געבעטן מיט כוונה.
איך וועל אראפקומען פון אויבן, דיר געבן די מתנה,
חיי מזוני ובני.
מיין קינד, בלייב געזונט, דו ביסט אזוי לעכטיג און זיס,
און גיי צו די חופה מיט די רעכטע פוס.
מיין קינד, מיין קינד, גיי בוי אויף דיין הייליג שטוב,
מיין קינד, מיין קינד, איך האב דיר אזוי ליב.
הייליגער באשעפער, ס'איז גוט ידוע,
כנסת ישראל כלה קרואה.
מיר ליידן דאך אזויפיל, אן א סוף,
יתומים היינו ואין אב.
דיינע יתומים האלטן זיך אינאיין וואנדערן,
פון איין גלות צו דעם אנדערן.
ווילאנג וועלן מיר קענען נאך בלייבן אליין,
אונז וויל מיר שוין צו די חופה גיין.
אוי, זיי שוין דיין הבטחה מקיים,
און פיר אונז שוין קיין ירושלים.
הייליגער באשעפער, נעם די יתומה דיין כלה,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא.
אין דיין תורה שטייט, ווען א יתום גיט א שריי,
וְהָיָה כִּי יִצְעַק אֵלַי,
וְשָׁמַעְתִּי כִּי חַנוּן אָנִי, איך וועל הערן זיין וויי,
דיין אייגענער יתום פארוואס איז נאכנישט פריי.
יעדער יתום וואס צום חופה גייט,
טאטע טאטע, האסטו אים באגלייט.
דיין כנסת ישראל אין דיין האנט שוין נעם,
עטרת תפארת ביד השם.
טאטע, בוי אויף דיין הייליג שטוב,
טאטע, איך האב דיך אזוי ליב.
מיין קינד, איך וועל אויפבויען מיין הייליג שטוב,
מיין קינד, איך האב דיר אזוי ליב.
