Download PDF

א נשמה

משה גאלדמאן

Original Track

א נשמהמשה גאלדמאן11:46

א נשמה, לויטער און ריין,
געקומען צום בית דין של מעלה צו גיין,
און געווארט פאר זיינע זכותים צו ווערן באלוינט.
אבער ניין, פארשפארט דער גן עדן,
דער צדיק ער וועט נאך דארפן ליידן,
ער האט אמאל געשלאגן א איד און נישט געשוינט.

ביי די שטראף, הערט ער באפעלן,
ער מוז זיך אליין פון די צוויי אויסוועלן,
גיהנום, אדער א לעבן איבערשפילן.
אוי די וועלט, זי איז אזוי שווער,
קיין גייסט, קיין קדושה, פוסט און לער,
ווער ווייסט צי ער וועט זיין תכלית ערפילן.

דער מלאך נעמט אים, און הייבט אן דעם גאנג,
דער וועג צום גיהנום, אזוי הייס און לאנג,
ער קען נישט מער, ער בעט, איך וויל שוין ארויס.
בעסער שוין, ווידער צו לעבן,
און דערביי וויל איך א בקשה געבן,
כדי זכאי בלייבן, הערט מיר נאר אויס.

אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן,
וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן.
און בלויז ערליכע טאטע מאמע,
וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא.
איך וויל זיך דא אומקערן ריין,
האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין.
האט דער בית דין באשלאסן אזוי זאל זיין.

פרעגט די נשמה, הער נאר דאס,
פאטער אין הימל, ענטפער פארוואס.
אוי פארוואס’, איז קיין פראגע פאר א איד,
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט.

יא, נשמה, דו האסט א טרייסט,
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט.
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד,
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט.

ביי די שבת לעכט, וואך נאך וואך,
מיט טרערן געבעטן, נאך און נאך,
האלזן א קינד, ווי שטארק, ווי פיל זי האט באגערט.
איר פיין, איר לייד, ביים הארץ געשניטן,
וויפיל אירע נאנטע האבן מיטגעליטן,
געווארט די תפילות זאלן שוין ענדליך ווערן דערהערט.

און אויך ער, יארן לאנג אין שול,
מתפלל געווען, געטון מעשים פיל,
א קדיש צו לאזן נאך זיך אויף די וועלט.
צוגעזאגט, אויב וועט מען אים שענקען,
וועט ער דעם חסד אייביג געדענקען,
דאס קינד וועט בלויז צו תורה זיין אויסגעשטעלט.

געווארן דערהערט זייער געשריי,
אבער ווער קען פארנעמען זייער וויי,
א קינד געבוירן, אוי געוואלד, ס’נישט געזונט.
מ’הערט מיט טרויער, עס האט קיין הענט,
אוי טאטע מאמע, צעבראכן פארקלעמט,
איז דאס אונזער אויסגעבעטענע קינד.

פרעגן טאטע מאמע, הער נאר דאס,
פאטער אין הימל, ענטפער פארוואס.
אוי פארוואס’, איז קיין פראגע פאר א איד,
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט.

יא טאטע מאמע, איר האט א טרייסט,
דערהייבט פון טרויער און צער אייער גייסט.
דער אב הרחמים האט אייך ליב ווי א בן יחיד,
ווייסט און גלייבט אז אזוי איז גוט.

אין חדר הויף, א טאג א שיינע,
שפילן זיך לוסטיג יונגעלעך קליינע.
דאס גלאנץ פון לעבן, אויף זייער געזיכט עס שיינט און שטראלט.

פריי פון זארגן, לויפן די קינדער,
עס מאנט צו באטראכטן יעדן באזונדער,
און דער בליק, אויף אן איינזאם קינד דארט עס פאלט.

ער זיצט אליין, טיף איינגעבויגן,
זיין צער דערקענט זיך אין זיינע אויגן,
מיט גלוסטעניש זענען זיי צו זיינע פריינד געווענדט.
דאס קינד קען נישט לויפן און שפילן,
עס רייסט ביים הארץ, באנעמט די געפילן,
דעם באחנטן יונגעלע פעלן נעבעך די הענט.

נסיונות קומען פאר יעדן אונטער,
נישט אייביג איז נאכט, נישט אייביג איז ווינטער,
די זון זי וועט נאך פאר דיר אויך אויפגיין.
אידעלע, נעם ליב אן דיין לאגע,
נעם אן ליב און פרעג נישט דיין פראגע,
קומען וועט א טאג, מ’וועט אלעס פארשטיין.

אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן,
וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן.
און בלויז ערליכע טאטע מאמע,
וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא.
איך וויל זיך דא אומקערן ריין,
האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין,
האט דער בית דין באשלאסן אזוי זאל זיין.

פרעגט דאס קינד, הער נאר דאס,
פאטער אין הימל, ענטפער פארוואס.
אוי פארוואס’, איז קיין פראגע פאר א איד,
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט.

יא, ליב קינד, דו האסט א טרייסט,
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט.
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד,
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection