בעלי תשובה
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן (תש"ס)
א קליין לעכטיג קינד אזוי באחנט,
קומט אהיים פון חדר און וויינט.
והנה נער בוכה, א טרער נאך א טרער,
מאמע, מאמע, איך קען שוין נישט מער.
א טאג וואס איך האב אין חדר היינט געהאט,
געלערנט גמרא גאר א שווערן בלאט.
אזויפיל געמוטשעט און געפלאגט, מאמע, איך פארשטיי נאכאלץ נישט פשט,
איך האב נישט קיין טאטע וואס זאל לערנען מיט מיר פריוואט.
די מאמע, א צעבראכענע אלמנה אליין,
זי הערט אויס איר קינד'ס געוויין,
זעצט זיך אוועק איינגעבויגן.
צום הימל ארויף געט זי א קוק,
הייבט זיך אן צו דערמאנען צוריק,
איר לעבן קומט איר פאר די אויגן.
לאנגע יארן זענען פארביי,
זייט איר מאן איז נאך געווען מיט זיי,
דעמאלטס געלעבט א לעבן אינגאנצן פריי.
ממש ווי תִּינוֹקוֹת שֶׁנִשְׁבּוּ,
ביז יענעם שבת צופרי,
איר מאן איז מיטן באן ארויסגעפארן.
די הייליגע השגחה האט אזוי געפירט,
אינמיטן וועג האט אן אומגליק פאסירט,
מ'האט אים אהיימגעברענגט אין אן ארון.
אבער טאטע, נאך דעם גרויסן צארן,
זענען מיר בעלי תשובה געווארן.
געטוישט די סביבה, געטוישט די קליידער,
און מיין קינד גייט שוין אין אן ערליכן חדר.
א גאנצן טאג אויף אים איך ווארט,
דא קומט ער אהיים אזוי פאר’צער’ט,
א לעכטיג קינד שלא טָעַם טַעַם חטא,
דארף גיין אזוי פארוויינטערהייט אין בעט.
אוי טאטע, פארוואס דען וויינט ער,
נאר דיין תורה מיינט ער,
ווער דען וועט אים דען העלפן, ווער.
טאטע, דו ביסט דאך דער שוכן במרומים,
דו ביסט דאך אויך דער אבי היתומים,
זע עס זאל אים שוין נישט זיין אזוי שווער.
דערנאך וואס איז אדורך די גאנצע נאכט,
דאס קינד שטייט אויף צופרי, זיין פנים לייכט.
בָּעֶרֶב יָלִין בֶּכִי וְלַבּוֹקֶר רִינָה,
דאס קינד איז פול מיט שמחה, מיט אמונה.
מאמע, איך האב געהאט א חלום,
איך האב געזען דעם טאטן עליו השלום.
זיך באוויזן צו מיר און געזאגט,
מיין קינד, זאלסטו וויסן,
דיינע טרערעלעך האבן די הימלען געריסן.
מיין קינד, ווען איך בין אוועק פון די וועלט,
פארן גרויסן בית דין האט מען מיך געשטעלט,
אזוי געציטערט, וואס וועט זיין מיין גורל.
אבער גלייך ווען דו האסט תשובה געטון,
איז בטל געווארן מיין גזר דין,
און אין גן עדן געעפנט פאר מיר דעם טויערל.
און דארט אין די ישיבה של מעלה,
זיץ איך מיט די צדיקים אלע,
מ’לערנט תורה, אלע סודות מגלה.
און די זעלבע גמרא וואס דו לערנסט דא,
לערן איך אויבן אין עולם הבא.
מיין קינד, איך האלט מיט דיר מיט בלאט נאך בלאט.
אגאנצע נאכט איז ער געזעסן געטריי,
נישט געוואלט אוועקגיין ביז איך פארשטיי.
מאמע, ווי גליקליך בין איך, יעצט פארשטיי איך שוין פשט.
די מאמע, אירע אויגן רינט,
ס’איז אמת, מיין טייער קינד.
א טאטע פון א קינד קען זיך נישט שיידן,
מ’בלייבט אויך א טאטע פון גן עדן.
סיי ווען דעם קינד גייט גוט,
און סיי אין א שווערע מינוט,
דער טאטע באגלייט יעדן טריט און שריט,
אפילו וואס דאס קינד לערנט, לערנט ער מיט.
איין זאך ביסטו מרוויח,
מיר האבן א גוטן שליח,
וואס ער בעט דארט עס זאל דיר זיין אלעס בסדר.
דאס קינד, די מאמעס ווערטער ער הערט,
זיין הארץ פול מיט פרייד ווערט,
און גליקליכערהייט גייט ער אין חדר.
