ברכת הבנים
מיכאל שניצלער
Original Track
Cover Tracks
אין א קליין געסעלע זייטיג,
אין א קאלטן קורצן פרייטאג,
שפאצירט אין לאס אנדזשעלעס א איד,
ר’ צבי גלאנצשטיין.
געקומען זיך טרעפן מיט נאך פראפעסארן,
אין א פרעמדע שטאט פארכאפט געווארן,
שוין באלד שבת, געוואלד, וואו קען מען איינשטיין.
אין שול, אין זיין נאנטן שכינות,
נאכן דאווענען געבליבן דארט אליין איז,
די זייגערל גייט זיין וועג, אלץ שפעטער ער ווייזט.
פלוצלינג קומט א אידעלע צו צו אים’ן,
שלום עליכם, ביי וועם עסט איר, ביי וועמען,
קום נאר מיט מיר, איר וועט זיין מיין שבת גאסט.
ווער זענט איר, פרעגט אים ווען מיט אים וואקט ער.
צבי גלאנצשטיין, א מח דאקטער,
געקומען פון ניו יארק,
זיך טרעפן מיט נאך דאקטוירים אזעלכע.
זאגט אים דער איד,
איך האב קיין עין הרע קינדער אכט,
איין נישט געזונט, פאר קיין שום איד געדאכט,
ס’איז שווער צו דערקענען, לאמיר זען אויב איר וועט יא דערקענען וועלכע.
שבת שלום ומבורך,
זינגט דער טאטע מיט די קינדערלעך מיטן אורח.
בואכם לשלום, מלאכי השלום,
איי איי איי מלאכי השרת.
דער אורח קוקט, ער דערקענט נישט,
עס איז אים א חידוש,
דער טאטע גיסט שוין אן דעם כוס,
מ’גרייט זיך צו קידוש.
די קינדערלעך די געטרייע, שטעלן זיך אין א רייע,
דער טאטע בענטשט יעדעס קינד מיט א טרער גאר הייס.
ישימך אלוקים כאפרים,
בייג אראפ דיין קעפעלע, מיין קינד שמואל חיים.
דער באשעפער פון דער הויך,
וואס געט געזונט און כוח,
זאל דיך בענטשן מיט א ווארעמע ברכהלע.
ישימך אלוקים כמנשה,
קום נאר מיין שלמהלע, מיין יאסעלע,
און דו אויך, שרה דוואשע.
דער באשעפער זאל ענק היטן,
און בענטשן מיט אלעם גוטן,
יעצט קום נאר אהער, מיין יונגסטע קינד, רחל’ע.
ישימך אלוקים,
מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה.
דער באשעפער זאל דיר געבן,
געזונט און לעבן,
איך זאל דיך אויך קענען אונטער די חופה פירן.
ישימך אלוקים,
מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה.
דער באשעפער זאל אפשפארן,
פאר דיר געזונטע יארן.
דער טאטע שטייט געבויגן,
א שטילקייט טוט מען שפירן.
דער אורח גייט צו שטייט,
און רופט דעם בעל אכסניא אין א זייט.
רחל’ע, דיין רחל’ע, איך ווייס שוין, זי איז דאס דער.
ווען איר האט זיך צו די קינדער געבויגן,
האב איך באטראכט אייערע אויגן,
ביי רחל’ען האב איך געזען אן עקסטערן טרער.
מַה נֹאמַר לְפָנֶיךָ יוֹשֵׁב מָרוֹם,
שוין אזוי לאנג דרייען מיר זיך דא ארום,
מַה נְסַפֵּר לְפָנֶיךָ שׁוֹכֵן שְׁחָקִים.
אינעם קורצן פרייטיג,
צעבראכן יעדעס גוף און לייב איז,
מיר ווארטן שוין אויף דעם יום שכולו שבת,
דיינע קינדערלעך וואלגערן זיך פון איין צום אנדערן מקום.
קל מלך רופא נאמן,
אזויפיל קינדערלעך האסטו מיט פראבלעמען,
דו דארפסט שוין נישט דערקענען,
דו ווייסט דאך אלעס אליין שוין.
וועלכעס קינד ס’גייט אזוי שווער,
פאר וועמען מ’דארף אן עקסטערן טרער,
בענטש דיינע קינדערלעך, ובכן יהי רצון.
ישימך אלוקים כאפרים,
די קליינע יתומימלעך, קוק דיך שוין אויף זיי אום.
טאטע זכרונו לברכה זאגן ער קען שוין,
וועלכע טאטע וועט אים נאך בענטשן,
טאטע אין הימל, בענטש זיי דו דאסמאל.
ישימך אלוקים כמנשה,
ווען קומט מאמי אהיים פון שפיטאל,
ענטפער דו די קשיא.
ווייל נאר דו קענסט היילן,
און רפואות פאר זיי טיילן,
רופא חולי עמו ישראל.
ישימך אלוקים,
בענטש יעדעס אידיש קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה.
א מאמע מיט א טרער טוט שטרעבן,
איר קינד זאל עס אדורכלעבן,
לאלתר לחיים ולשלום, פארשרייב אים.
ישימך אלוקים,
מיר זאלן זיך טרעפן אין ירושלים,
מיט שרה, מיט רבקה, און רחל ולאה.
דער באשעפער זאל אונז געבן,
אונז זאל מיר שוין דערלעבן,
צו זינגען מזמור שיר ליום השבת.
