Download PDF

גוט מארגן שעפעלע

מיכאל שניצלער

Original Track

גוט מארגן שעפעלעמיכאל שניצלער5:42

גוט מארגן, שעפעלע מיינע,
צו דעם ערשטן טאג אין דיין לעבן.
דיין נשמה, א ציכטיגע, א ריינע,
דער באשעפער האט דיר היינט געגעבן.

פון פענסטער קוק ארויס,
דאס איז וואס מען רופט וועלט.
כ’ווייס ס’זעט נישט גוט אויס,
ס’שטייט, ס’דרייט זיך אויף געלט.

קוק נאר דעם גארטן ווי ס’לעבט אויף,
די ביימעלעך ווערן נאר גרעסער.
אינדרויסן ס’דא נאך זאכן אויך,
ווען דו קוקסט נאר אביסעלע בעסער.

ס’איז דא א צווייטע חלק שפיטאל,
דאס לעבן ווי א וואגשאל דארט הענגט.
מחלות און פיין אן א צאל,
וואס זיי האבן אליין זיך געברענגט.

אבער, מיין קינד,
גיי נישט אוועק, צייטן עס קומט,
ס’וועט זיך נאך טוישן, יא, ס’וועט זיין גוט,
נחת געזונט, הער צו, מיין קינד.

יא ס’איז דא ארבעט, אסאך, ביסט גערעכט,
טוישן די וועלט, צו גוטן פון שלעכט.
אבער זאג מיר, ווער וועט עס טון,
אויב נישט דו.

ס’וועט נאך קומען טעג גאר שיינע,
ווען די וועלט וועט זיך בעסער פירן.
מיר וועלן אלע זיצן אינאיינעם,
אויף די קלארע לופט זיך שפילן.

דו זעסט ס’איז דא דער פלאן,
ס’זאל קומען די צייטן פון שלום.
און אויב דו וועסט דא נישט זיין,
ווער וועט אויספירן דעם חלום.

איך בעט דיך, מיין קינד,
גיי נישט אוועק, צייטן עס קומט,
ס'וועט זיך נאך טוישן, יא, ס’וועט זיין גוט,
נחת געזונט, הער צו, מיין קינד.

יא, ס’איז דא ארבעט, אסאך, ביסט גערעכט,
טוישן די וועלט, צו גוטן פון שלעכט.
אבער זאג מיר, ווער וועט עס טון,
אויב נישט דו.

נישטא קיין בעסערע צייט, ס’איז קלאר,
כ’ווייס וואס איך זאג.
אנצופאנגען דו האסט הונדערט צוואנציג יאר,
שוין ווייניגער איין טאג.
ווייניגער מיט איין טאג.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection