געלעכערטער אמפער
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: יוסי גרין | מילים: שימי בלומענבערג | יא, דו קענסט (תשע"ד)
א וואסער טרעגער גאר אן אלטער,
קוואל וואסער טוט ער שעפן.
די עמערס אויף די פלייצע האלט ער,
אין שטאט עס אריינשלעפן.
איין עמער האט אבער א שפאלט,
וואסער טוט ארויסרינען.
די אנדערע עמער עס האלט,
פול מיט וואסער דערינען.
אפאר יאר טוט ער אזוי טראגן,
איין עמער טוט נאר האלב פארמאגן.
זיין חבר קומט אן פול,
ווי אים אויך זיין ער וויל,
ער קען עס שוין נישט איבערטראגן.
איין טאג ער וויינט צום באלעבאס,
פארוואס קומט מיר זיך דאס.
פאררעכט מיינע שפאלטן,
איך וויל אויך אלעס האלטן,
ענטפערט ער אים פארוואס.
פון דיין שפאלטן איך ווייס,
דו דארפסט נישט זיין בייז,
דארפסט זיך נאר מיט דעם גאר רימען.
טו נאר באמערקן,
און זע דיינע ווערקן,
אויף דיין זייט וואקסט שיינע בלומען.
יארן איך פלעג,
אויף דיין זייט פון וועג,
איינזייען קערעלעך.
געהאט אינזינען,
פון דיר וועט רינען,
וועסט עס באוואסערן ערליך.
מיט צרות באטראפן,
פארליר נישט דיין האפן,
אפילו דו טראגסט עס נישט איבער.
קוק נאר אויף דיין זייט,
פארשטייט מען פשט,
אז אלץ האט א סיבה.
דיינע געוויינען,
ווייל דו טוסט מיינען,
אז צרות האסטו געליטן.
קוק נאר אויף דיין זייט,
אלץ האט א פשט,
אלעס איז נאר צום גוטן.
גארנישט איז נישט אומזיסט,
די שפאלטענעס האבן דו מוזט.
א חשבון א קלארן,
האט דיין חסרון,
זיי פרייליך די וועג וואס דו ביסט.
דיין צער, דיין ביטערניש,
דעקט שיין דיין שבת טיש.
מיט אלע קאלירן,
טוסטו עס באצירן,
בלומעלעך שיין און פריש.
מ’מוטשעט זיך, מ’טוט זיך פלאגן,
דער מצב זעט אויס אזוי שווארץ.
מ’טוט וויינען און קלאגן,
מיט א צעבראכענע הארץ.
מ’גייט דורך א ביטערן גיהנם,
צרות נאר ביי מיר פארהאן איז.
פארוואס גייט נאר אזוי גוט ביי יענעם,
צום הימל האט מען טענות.
מ’איז אינגאנצן פאר'צער’ט,
אויף א ישועה מ’ווארט.
אזוי אנגיין טעגליך,
איז ממש אוממעגליך,
אבער אליין זיך מ’נארט.
מ’געט עס אביסעלע צייט,
זעט וואס מ’האט געהאט.
ס’איז דא אלע מיני,
די גראז איז נישט גרינער,
אויף די אנדערע זייט.
פון דיין צרות איך ווייס,
דו דארפסט נישט זיין בייז,
דארפסט דיך נאר מיט דעם גאר רימען.
טו נאר באמערקן,
און זע דיינע ווערקן,
אויף דיין זייט וואקסט אויך שיינע בלומען.
זיי נישט געפאלן,
ווייל די זון שטראלן,
אויך אויף דיר עס שיינט.
קוק נישט אויף דיין שכן,
האב נאר בטחון,
אלעס איז גוט אויסגעפלאנט.
מיט צרות באטראפן,
פארליר נישט קיין האפן,
אפילו דו טראגסט עס נישט איבער.
קוק נאר אויף דיין זייט,
פארשטייט מען פשט,
אז אלץ האט דאך א סיבה.
דיינע געוויינען,
ווייל דו טוסט מיינען,
אז צרות האסטו געליטן.
קוק נאר אויף דיין זייט,
אלץ האט א פשט,
אלעס איז גאר צום גוטן.
דו וועסט דיך נאר איבערצייגן,
א תפקיד האט יעדער אן אייגן.
וואס דו מיינסט איז חסרונות,
איז גאר כשרונות,
דו דארפסט נאר פון דעם שטייגן.
אפילו דו ביסט עס נישט משיג,
דיין לעבן איז נאר פאר דיר פאסיג.
לטובה טו קלערן,
וויש אפ דיינע טרערן,
אידעלע, זיי דיך מחזק!
