דורכגאנג
מאטי אילאוויטש
Original Track
איך ווייס אז מ’זאגט דיך אז,
דו זאלסט נישט זיין צעבראכן.
איך ווייס אז מ’זאגט דיך, לייג אייז,
אויפן שניט וואס האט דיך צעשטאכן.
איך ווייס אז מ’זאגט דיך אז,
ס’וועט ווערן בעסער ביז אפאר וואכן.
איך זע דיינע אויגן נאס,
און איך זע ווי דיין בלוט טוט קאכן.
איך קום נישט איבערזאגן, די זעלבע זאכן,
ס’נארמאל אז ס’זאל פלאגן, אין א מצב א שוואכן.
נישט דא קיין מענטש וואס וויינט נישט,
דאגות איז דא שטענדיג.
דאס אלעס אבער מיינט נישט,
אז די וועלט האט זיך געענדיגט.
זיין צעבראכן איז נישט קיין סתירה,
פון אנקומען צו די העכסטע מדריגות אין גבורה.
א דורכפאל פירט נישט קיין מלחמה מיט הצלחה,
און צער איז גאר די שטערקסטע הקדמה צום ברכה.
נצחון קען מען סאך מער ענדזשויען,
נאר נאך ווייטאג און בזיון,
ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון,
שפייט בלוט און שווייס פון אנפאנג.
וואס האט מען פון א סורפרייז אן קיין שפאנונג,
וואס האט מען פון נאך א טשענס אן קיין דערמאנונג,
וואס האט מען פון הצלחה אויב מ’האט נישט קיין אנונג,
ווי ביטער שווער ס'איז די דורכגאנג.
איך גיי דיר נישט זאגן אז,
דו זאלסט נישט זיין צעבראכן.
איך גיי דיר נישט זאגן, לייג אייז,
אויפן שניט וואס האט דיך צעשטאכן.
איך גיי דיר נישט זאגן אז,
ס’וועט ווערן בעסער ביז אפאר וואכן.
איך זע דיינע אויגן נאס,
איך זע ווי דיין בלוט טוט קאכן.
לאז די טרערן רינען, אבער הער נישט אויף צו גלייבן,
דו וועסט גאר אויסגעפינען,
ווי סאך דו קענסט דערהייבן.
זיך שטארקן קומט צוניץ דיר, אויפן גאנצן לעבן,
לאז יעדעם איינעם חוץ דיר, אויפגעבן.
זיין צעבראכן איז נישט קיין סתירה,
פון אנקומען צו די העכסטע מדריגות אין גבורה.
א דורכפאל פירט נישט קיין מלחמה מיט הצלחה,
און צער איז גאר די שטערקסטע הקדמה צום ברכה.
ווייל נצחון קען מען סאך מער ענדזשויען,
נאר נאך ווייטאג און בזיון,
ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון,
שפייט בלוט און שווייס פון אנפאנג.
וואס האט מען פון א סורפרייז אן קיין שפאנונג,
וואס האט מען פון נאך א טשענס אן קיין דערמאנונג.
וואס האט מען פון הצלחה, אויב מ’האט נישט קיין אנונג,
ווי ביטער שווער עס איז די דורכגאנג.
ירידות און עליות,
מנוחה און יגיעות,
דאס איז דעם לעבנס מציאות,
ארויף און אראפ.
א חלק פונעם חִיות,
איבערשפרינגען די מניעות,
געדענקען אייביג טו עס,
ווען זאכן שטעלט זיך אפ.
אז נצחון קען מען סאך מער ענדשויען,
נאר נאך ווייטאג און בזיון,
ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון,
ווייסט ווי ביטער שווער עס איז די דורכגאנג.
