די וועלט איז גאר אין מיר
מיכאל שניצלער
Original Track
אין א ריזן פעלד ווייטע מיילן,
קליינטשיג, האלב איינגעפאלן,
שטייט דארט א גראזעלע, א דארער און א בלאסן.
פול מיט ביימער ארום,
גרויסע בלעטער אומעטום,
צי וועט עפעס זיין אויב וועט זיך דאס גרעזעלע אפרייסן.
ביים בויען א בנין איז ניכר,
שווערע ציגל, גרויסע שטיקער,
אז א קליין נאגעלע פארלירט זיך, נו, וואס וועט שוין פאסירן.
אפאר קליינטשיגע מטבע'לעך,
אין א הויפן פול מיט מאה'לעך,
וואס וועט שוין זיין אויב וועט זיך א רענדעלע פארלירן.
א ריזיג מעכטיג וועלטל
און איך, מענטשעלע, דערין,
איך בוי מיך מיין געצעלטל,
מ'קען מיינען ווער איך בין.
ווי א גראזל אין פעלד,
א מטבע אין געלט,
קעגן אזא וועלט.
ניין, דו ביסט גארנישט קליין,
ניין, ביסט א וועלט אליין.
נישט דו ביסט אין איר,
די וועלט איז גאר אין דיר.
אן א שיעור, אויף יעדן ריר,
משפיע ביסטו.
ניין, דו ביסט גארנישט קליין,
ניין, ביסט א וועלט אליין.
די גאנצע וועלט, איז אויפגעשטעלט, דאהי,
העולם לא נברא אלא בשבילי,
אלא בשבילי.
א וועלט פון ימים ויבשות,
פילע ביליאנען נפשות,
טויזנטער פארשידענע געשעפטן, שפראכן און געפיל.
באשאפן אלעס נאר פאר מיר,
אז אויף יעדן ריר,
זאל איך קענען שנעל באקומען וואס איך וויל.
אויף דער וועלט א קינד א פרישן,
פונקט ווי אדם הראשון,
די גאנצע בריאה איז זיינע, גארנישט אים פארשטעלט.
א איד פון די וועלט שיידט זיך,
פון טיפן הארץ עס שרייט זיך,
מ'דריקט זיך אויס, חבל, פארלוירן א וועלט!
א ריזיג מעכטיג וועלטל,
מיט מיר, מענטשעלע, דערין.
איך בוי מיר מיין געצעלטל,
ווייל גאר גרויס איך בין.
יא, א גראזל אין פעלד,
א מטבע אין געלט,
אבער א וועלט.
ניין, איך בין גארנישט קליין,
ניין, איך בין א וועלט אליין.
נישט איך בין אין איר,
די וועלט איז גאר אין מיר,
אן א שיעור, אויף יעדן ריר,
משפיע בין איך.
ניין, איך בין גארנישט קליין,
ניין, איך בין א וועלט אליין.
די גאנצע וועלט, איז אויפגעשטעלט, דאהי,
העולם לא נברא אלא בשבילי,
אלא בשבילי.
