Download PDF

האט זיך מיר געלוינט

אברהם מרדכי שווארץ

Original Track

האט זיך מיר געלוינטאברהם מרדכי שווארץ5:35

זיץ איך מיר אליין און זינג,
אין א צייט וואס גייט נישט גרינג,
פון מיין הארץ די אמת שווימט ארויף.

עַלְמָא דְאָתֵי קומט דיך דאך,
אוועקגיין וועט דער גלות יאך,
דאס פינטעלע אמונה וועק איך אויף.

וְאָמַר בַּיוֹם הַהוּא,
הִנֵה, הִנֵה, הִנֵה הוּא,
אֱלוֹקֵינוּ זֶה קִוִינוּ לוֹ.

ווען די ישועה וועט געשען,
התגלות כבוד שמים זען,
וועל איך דעמאלטס זינגען אזוי.

אוי, האט זיך מיר געלוינט,
אוי, האב איך פארדינט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection