ווער ווארפט דאס
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: מאטי אילאוויטש | מיין קינד, טרעף מיך (תשס"ט)
עס שיינט ארויס, א רייכער הויז,
א פאלאץ דער שענסטער.
מעכטיגקייט, דער עושר שטייט,
און קוקט זיך ארויס פון זיין פענסטער.
די מענטשן שטייען, זיי קומען זיי גייען,
קיינער קוקט נישט אויף מיר.
איך מוז עפעס טון, אז דארטן אהין,
זאל מען וויסן אז איך עקזיסטיר.
ער נעמט אפאר דאלער און ווארפט עס אראפ,
וועט מען קוקן פון וואו עס פאלט.
איינער גייט דורך און שטעלט זיך אפ,
הייבט אויף און גייט ווייטער באלד.
אפשר זאל איך ווארפן א גרעסערן סכום,
ס’וועט מאכן א רעש, פארשטייט זיך.
איינער גייט דורך און קוקט זיך נישט אום,
הייבט אויף און ווייטער ער גייט זיך.
ער ווארפט און ווארפט נאך מער,
מ'קוקט אבער נישט ווער דאס ווארפט ווער.
ער טראכט מיט געוויין, ווער עס וועט דורכגיין,
וועט ער יעצט ווארפן א שטיין.
א רעש, א טומל ווערט באלד,
אוי געוואלד, שטיינער עס פאלט.
מער פון דעם האט ער נישט געדארפט,
אזוי האט מען געקוקט ווער ס’ווארפט.
כשם שמברך על הטוב,
כך מברך על הרע.
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף,
און זע איך בין אלעמאל דא.
דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן,
אלע טעג און נעכט.
די געלט איז אויכעט געוועזן מיין,
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס.
אראפגעשטעלט, א שיינע וועלט,
טראכט דער בורא דער גביר.
זיי טוען געניסן, איך וויל זאלן וויסן,
און נישט פארגעסן פון מיר.
ער נעמט פיל השפעות און ווארפט עס אראפ,
ער איז אונז אזוי מהנה.
דער מענטשעלע נעמט עס און שטעלט זיך נישט אפ,
טראכטן אין די חסד זיינע.
א געוואלדיגע רחבות ווערט דא דערקענט,
די וועג טוט פאר אונז לייכטן.
אונז שטייען און כאפן מיט ביידע הענט,
פארנומען, נישטא צייט צו טראכטן.
פלוצלינג א שרעקליך געוויין,
פון אויבן עס פאלט א שטיין.
די עקאנעמי קראכט, נישט מער געדאכט,
אוי, האט מען זיך אויפגעכאפט.
דער מצב פרנסה שטערט,
א רעש און א טומל עס ווערט.
שטיינער עס פאלט, עס ווערט א געוואלד,
צום בורא לויפט מען באלד.
כשם שמברך על הטוב,
כך מברך על הרע.
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף,
און זע איך בין אלעמאל דא.
דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן,
אלע טעג און נעכט.
די געלט איז אויכעט געוועזן מיין,
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס.
קינדער, עס איז נישט גרינג,
פון הימל איז נאר א ווינק.
דער פאטש און גלעט, הונגער און זעט,
ער איז דער וואס געט.
פארגעס נישט, נאר אייביג געדענק,
ער איז דער איינער וואס שענקט.
אט קומט דער זמן, ליכטיג וועט זיין,
צוריק זען דעם מארגן שיין.
כשם שמברך על הטוב,
כך מברך על הרע.
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף,
און זע איך בין אלעמאל דא.
דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן,
אלע טעג און נעכט.
די געלט איז אויכעט געוועזן מיין,
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס.
