חזק טאטע מאמע
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | חזק לימי הספירה (תשס"ט)
מיליאנען מענטשן אין די גאסן,
קיינער וויל נישט פארפאסן,
צו באקומען גאר א נאנטע און א גוטע פלאץ.
ס'ווערט גרעסער און גרעסער דער ציבור,
היינט גייט דער קעניג אריבער,
זיין הערליכן און זיין נייעם שיינעם פאלאץ.
די חשוב'סטע סאלדאטן און שרים,
טוען אדורכפארן,
זיי טראגן דעם קעניג'ס מעבל, אזוי הערליך און שיין.
מארשירן מיט אזא שיינעם סדר,
דעם קעניג'ס כלים און קליידער,
אט אט זעט מען שוין דעם גרויסן קעניג אליין.
חזק חזק, אונזער קעניג,
מיר זענען אלע צו דיר אונטערטעניג.
לאנג לעבן דיין מלוכה,
אין דיין לאנד זאל זיין מנוחה,
מיר וועלן דיר שטענדיג בלייבן געטריי.
חזק חזק, אונזער מלך,
דו ביסט אונז געטריי אויסער ווי געווענליך.
אין דיין נייעם פאלאץ א ברכה,
אין דיין נייעם פאלאץ הצלחה,
דיין מלוכה זאל שטייגן עד בלי די.
אבער פלוצלינג א מחזה א שרעק,
ביים שיירא אינגאנצן ביים עק,
די שענסטע שרים פון קעניג,
זיי גייען די לעצטע שורה.
מיט וואגאנען צעבראכן שרעקליך,
אלטע צעריסענע פעקלעך,
א שרעקליכן עצבות דערקענט זיך אויף זייער צורה.
זיי קענען נישט פארשטיין,
פארוואס פונקט זיי מוזן דורכגיין,
מיט א צעריסענע פעקל און א צעבראכענע וואגן.
זיי פארן זיך אויף די וועגן,
קשיות טאר מען נישט פרעגן,
אויף א ציווי המלך טאר מען זיך נישט באקלאגן.
זיי קומען אן אין פאלאץ, פון וואגן גייען זיי אראפ,
דער קעניג אליין, ביים טיר פון פאלאץ, ווארט ער זיי אפ.
ער נעמט זיי אויף אזוי שיין,
כ'וועל ענק געבן צו פארשטיין,
פארוואס מיט צעריסענע פעקלעך האב איך ענק געהייסן גיין.
איך האב געזוכט א וועג צו באהאלטן,
מיינע טייערסטע בריליאנטן און דימאנטן,
ס'זאל נישט ווערן פארלוירן און נישט צוגענומען.
ענק האבן געטראגן מיינע קרוינען,
יעצט וועל איך ענק באלוינען,
דעם גרעסטן שכר וועט עטס יעצט פון מיר באקומען.
דער באשעפער, בורא כל עולמות,
שיקט אראפ אויף די וועלט נשמות,
נשמות וואס זעען נעבעך אויס ווי צעבראכענע פעקלעך.
א קליין פיצל קינד,
בגוף אדער די נפש נישט געזונט,
ס'זעט דאך אויס א צרה אזוי שרעקליך.
אראפצוקומען, דער באשעפער באפעלט,
א טאטע א מאמע אויסגעוועלט,
יָבוֹאוּ טְהוֹרִים וְיִתְעַסְקוּ בִּטְהוֹרִים.
לְחַנְכוֹ וּלְגַדְלוֹ וּלְחַכְּמוֹ,
לְהַחֲזִיקוֹ וּלְהַחֲיוֹתוֹ,
און נאכדעם ליידער ארומפירן צו דאקטוירים.
חזק, חזק, טאטע מאמע,
עטס פרעגטס אודאי פארוואס, מאי טעמא.
עטס באקומטס א בריליאנט,
וואס לייכט און שיינט,
א הייליגע נשמה, פון כסא הכבוד אליין.
חזק, חזק, טאטע מאמע,
עטס פרעגטס אודאי פארוואס, מאי טעמא.
פארוואס פונקט פאר אונז געגעבן,
אזא שווערע נסיון אין לעבן,
מיר נעמען אן באהבה, מיר ווילן אבער פארשטיין.
מען וועט ענק געבן ענקער לוין,
פארן היטן דעם הייליגן קרוין,
א נשמה געוועזן באהאלטן, הסתר בתוך הסתר.
ס'האט אויסגעזען א פעקל צעריסן,
אבער וויסן זאלט עטס וויסן,
אז דאס איז געווען דער אוצר, גאר דער גרעסטער.
דער באשעפער וועט זיין מגלה,
פארענטפערן ענקער שאלה,
ווען ס'וועט זיין דער נייער פאלאץ,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא.
ווען דער קעניג וועט ווערן נתגלה,
אויסגעהיילט ווערן וועלן אלע,
און ענקער שכר וועט מען דעמאלטס זיין ממלא.
יהי רצון מלפניך,
שיק שוין בן דוד עבדך,
אויפבויען דעם נייעם פאלאץ, אזוי הערליך און שיין.
ווען יעדע אידיש קינד,
וועט זיין אינגאנצן געזונט,
בביאת משיח צדקינו, במהרה בימינו, אמן.
