Download PDF

חיזוק

יוסף משה כהנא

Original Track

חיזוקיוסף משה כהנא7:54

לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין
זיך האלטן שטארק אין יעדן זמן,
וויאזוי און ווען, דאס רעדל עס דרייט זיך,
זיך נישט מייאש, נאר תמיד מ'פריידט זיך,
א תפילה מ'בעט, מיט אמונה מ'זעט,
רפואות, ישועות, עַד בְּלִי דַי,
לערנען איז כדאי, פון די אבות די דריי,
די וועג וואס האט געהאלפן ביי זיי.

אברהם אבינו אויף א בשורה ווארט,
הונדערט יאר דער טויער איז פארשפארט,
בדרך הטבע שוין נישט געקענט געשען,
דעמאלס פונקט די ישועה געזען,
גאנץ כלל ישראל, זאל וויסן אלעמאל
אז קיינמאל, קיינמאל, איז נישט פארפאלן
א חשבון איז דא, א טאג א שעה,
מ'קען עס נישט צואיילן.

קלאג נישט, מיין קינד וויין נישט,
זאג נישט, איך פארשטיי נישט,
דער באשעפער מיט זיינע וועגן,
דארף ביי קיינעם נישט צו פרעגן,
פון יעדע צרה, אלע קלעמען,
וועט ער דיך ארויסנעמען,
דַאֲגָה מִנַיִן.

דער באשעפער זאגט קיינעם פארפעל-איך,
כְּלוּם חָסֵר מִבֵּית הַמֶלֶךְ,
אין אמונה אלעס ווענדט זיך
די ישועה דערקענט זיך,
וויפיל א איד טוט גלייבן
אמונה איז די הַמְשָׁכָה,
ס'ברענגט אראפ יעדע ברכה,
מיט דעם טוט זיך אלעס אנהייבן.

לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין,
זיך האלטן שטארק אין יעדן זמן,
וויאזוי און ווען, דאס רעדל עס דרייט זיך,
זיך נישט מייאש, נאר תמיד מ'פריידט זיך,
א תפילה מ'בעהט, מיט א תפילה מ'זעט,
רפואות, ישועות, עד בלי די,
לערנען איז כדאי, פון די אבות די דריי,
די וועג וואס האט געהאלפן ביי זיי.

יצחק און רבקה אין ווינקל פארטראכט,
כִּי עֲקָרָה הִיא, דער טויער איז פארמאכט,
טאטע, וויינט ער מיט טרערן,
געב מיר א קינד, טו מיר באשערן,
די מאמע רבקה, בָּכֹה תִּבְכֶּה,
בעט צום אֲדוֹן הַנִפְלָאוֹת,
פרעגט זיך פארוואס, אָבוֹת וְאִמָהוֹת,
דארפן פארגיסן דמעות.

דער באשעפער זאגט, איך פארשפאר די טיר
ווייל איך ווארט, זאלסט בעטן פון מיר,
ווען א איד בעט, די ישועה איך שיק-אים,
מִתְאַוֶוה לִתְפִילָתָם שֶׁל צַדִיקִים,
גאנץ כלל ישראל, זאל וויסן אלעמאל,
אין יעדן מצב בעטן מ'זאל,
מ'ווארט נישט אומזיסט, נאר ווייל איך גלוסט,
צו הערן ענקער קול.

וואס איין קרעכץ קען זיין גורם,
קענען נישט צען דאקטורים,
די כּוֹכָבִים, די מַזָלוֹת,
די סאלדאטן, די מֶמְשָׁלוֹת,
גרויסע פראפעסארן האבן תְּקָלוֹת,
שטייט א מנין בַּעֲלֵי-עֲגָלוֹת,
זאגן תהילים, צוקייט צומאל-עס,
ברעכן איין די הֵיכָלוֹת.

א קינד פארשטייט נאך נישט פירוש המילות,
זיין קרעכץ איז מער פון טויזנט סגולות,
פון השגות און פעולות, פון קְמֵיעוֹת וְשַׁ"י טְבִילוֹת,
נישט דאס דארף איך, נישט איך וויל עס,
זאגט דער עִלַת כָּל הָעִלוֹת,
זוך נישט קונצן קיין תַּחְבּוּלוֹת,
נאר מִתְאַוֶוה לִתְפִילוֹת.

מִפְּנֵי מַה הָיוּ אֲבוֹתֵינוּ עֲקוּרִים,
מִפְּנֵי שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא
מִתְאַוֶוה לִתְפִילָתָם שֶׁל צַדִיקִים.
איי איי אידעלעך, איי טייערע ברודערלעך,
לאמיר זיך אלע מחזק זיין.

לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין,
זיך האלטן שטארק אין יעדן זמן,
וויאזוי און ווען, דאס רעדל עס דרייט זיך,
זיך נישט מייאש, נאר תמיד מ'פריידט זיך,
א תפילה מ'בעט, מיט חסד מ'זעט,
רפואות, ישועות, עד בלי די,
לערנען איז כדאי, פון די אבות די דריי,
די וועג וואס האט געהאלפן ביי זיי.

רחל אמנו, איר צער ווער פארשטייט,
הָבָה לִי בָּנִים, צו יעקב זי שרייט,
וואס קען איך טון? זאגט יעקב צו רחל,
בין איך דען שטאט'ס כביכול,
ס'טוט מיר וויי, דיין געשריי,
גלייב מיר איך האב דיך גוט אינזין,
זעט אויס פאר דיר, פארשפארט איז די טיר,
אליין בעט, פראביר אויפטון.

וַיִזְכּוֹר אֱלֹקִים, דער באשעפער געדענקט,
אז רחל האט לאה'ן די סימנים געשענקט,
ווען לבן דער בלאפער דער גרעסטער,
האט איר פארטוישט מיט לאה איר שוועסטער,
רחל האט באקומען, פון יעקב א סימן,
ווייל לָבָן הָאֲרַמִי איז נישט קיין נאמן,
רחל זיך געאיילט, לאה'ן עס פארציילט,
זי זאל זיך נישט פארשעמען.

אזא חתן אוועקצוגעבן,
איר חלום, איר קרוין פון לעבן
דורי דורות, כל הקהל,
שבטי קה, כלל ישראל,
אלע אידן קומען ארויס פון אים.
איר הייליג חתן צו פארפירן,
אלעס כדאי צו פארלירן,
א איד זאל נישט ווערן פארשעמט.

אזא מדרגה, נישט זיין מקנא,
אזוי מוותר, אפילו ס'איז דיינע,
אזא חסד האט א כח,
אזא וִיתּוּר איז גאר הויך,
אפילו די טבע איבערדרייען,
נישטא קיין זאך פון דעם גרעסער,
עס עפנט אלע שווערע שלעסער,
יְשׁוּעוֹת כְּהֶרֶף עַיִן.

קלאג נישט, מיין קינד וויין נישט,
זאג נישט, איך פארשטיי נישט,
דער באשעפער מיט זיינע וועגן
דארף ביי קיינעם נישט צו פרעגן,
אין איין רגע קען ער אלעס איבערדרייען,
פון יעדע צרה, אלע קלעמען,
וועט ער דיך ארויסנעמען,
דַאֲגָה מִנַיִן.

לאמיר זיך אידעלעך מחזק זיין!

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection