טרערעלע
ליפא שמעלצער
Original Track
אין תפיסה, טיף אין קעלער,
דער רוזשינער'ס געטליכע געשטאלט.
א פענסטער, גאר א שמעלער,
קוים וואס דער זון דארטן שטראלט.
געווען איז דעמאלטס פורים,
ער בעט ביים שׁוֹכֵן מְעוֹנִים.
איך לייד דאך דא יסורים,
איך וויל שיקן מתנות לאביונים.
איך האב נישט קיינער,
שיק מיר כאטש איינער,
הער ווי א איד בעט און שוין אים.
צו ווינטשן לחיים,
און אויך זיין מקיים,
די מצוה מתנות לאביונים.
די פורים לויפט דורך אים,
ס'קומט נישט קיין אורחים,
די זון שוין ביים אונטערגאנג שטייט זי.
צו גאט שרייט דער צדיק,
דו ביסט דאך גענאדיג,
נעם כאטשיג אן מיין עצה.
באשעפער, איך בעט דיך, העלף מיך צו,
איין עצה קען איך נאר קלערן.
משלוח מנות צום קודשא בריך הוא,
צוויי הייסע טרערן.
טרערעלע, טרערעלע, איך שיק דיר ארויף,
טאטע, די טרערעלעך קוק.
משלוח מנות פון מיך נעם אויף,
און שיק מיך ישועות צוריק.
אין גלות דא אין טונקעלן גרוב,
פאר דיר, באשעפער, קלאר איז.
וואס טוט זיך אין יעדע אידישע שטוב,
שטייט א וועלטעלע מיט צרות.
געזונט, שידוכים, פרנסות,
חולים, יתומים, אלמנות.
יעדער בעט בקשות,
נעבעך אזויפיל חורבנות.
ס'איז אומדערטרעגליך,
פאר אונז נישט מעגליך,
זיך האלטן אין מצב דעם שווערן.
מיר בעטן דעריבער,
ס'גיסט זיך שוין איבער,
דיין וועלטעלע פול מיט טרערן.
די צרות ווערט שווערער,
יעדן טאג מערער,
די נייערע שלינגען איין אלעס.
פון אויגן עס פליסן,
ווען מאמעס פארגיסן,
און טאטעס וויינען אונטערן טלית.
טרערעלע, טרערעלע, מיר שיקן דיר ארויף,
טאטע, די טרערעלעך קוק.
משלוח מנות פון אונז נעם אויף,
און שיק אונז ישועות צוריק.
דער טאטע ער זעט,
ווי יעדער בעט,
ער נעמט אן פון אונז די טרערן.
ער וועט שיקן צוריק,
ישועות גענוג,
השפעות פאר אונז שוין מערן.
