Download PDF

יא, דו קענסט!

מיכאל שניצלער

Original Track

יא, דו קענסט!מיכאל שניצלער6:58

דער מצב איז ביטער שווער,
און אויפגעבן נעבעך מוזטו.
דו האלטסט אז ס'איז נישט דא מער,
קיין שום טשענס נישט.
נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט אויס
אדער אין וועלכע מצב ביסטו,
איז נישט דא אזא זאך אז דו קענסט נישט.

מען געט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען,
דו האסט די כוחות, יא, דו קענסט עס באווייזן.
איבערגיין דעם שווערן בארג, טאמער וויל מען קען מען,
ווייל ווילן איז פיל שטערקער ווי אייזן.

נישטא קיין זאך אויף דער וועלט
וואס קען דיך אפשטעלן,
אין לך דבר העומד בפני הרצון.
דו קענסט אלעס דורכברעכן, דארפסט נאר וועלן,
הייב נאר אן, וועסטו שפירן שטערקער שוין.

דו קענסט, דו קענסט,
איך זאג דיר אז דו קענסט,
אפילו ס'איז שווער און דו וויינסט.
דו קענסט, דו קענסט,
איך זאג דיר אז דו קענסט,
ווייל דו ביסט סאך שטערקער ווי דו מיינסט.

דו קענסט, דו קענסט,
דו ווייסט אז דו קענסט,
פון יעדן שווערן קלעם זיך זען ארויס.
דו קענסט, יא, דו קענסט,
דו ווייסט אליין דו קענסט,
שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויך אויס,
איך ווייס אז איך קען.

מענטשן אן הענט און פיס, פירן א לעבן א רייכן,
שוואכע קעפ זענען פוסקים היינט,
און עשירים מיט גאלד.
פיל סוקסעספולע מענטשן האט מען געמיינט
אז זיי קענען נישט דערגרייכן,
זיי האבן טאקע נישט געקענט, אבער געוואלט.

אפילו ס'איז א שווערער קאמף,
זיי דו א שווערער קעמפער,
קוק נישט אויף יענעם, קיין עצות פון קיינעם פרעג.
לאז דיך נישט פון גארנישט,
נעם נישט ניין פאר אן ענטפער,
ווייל וואו ס'איז דא א ווילן, איז דא א וועג.

נישט דא קיין זאך אויף דער וועלט
וואס קען דיך מאכן שטייטער,
אין לך דבר העומד בפני הרצון.
קענסט אנקומען העכער ווי יעדן,
אסאך אסאך ווייטער,
הייב נאר אן, וועסט דיך שפירן שטערקער שוין.

דו קענסט, דו קענסט,
איך זאג דיר אז דו קענסט,
אפילו ס'איז שווער און דו וויינסט.
דו קענסט, דו קענסט,
איך זאג דיר אז דו קענסט,
ווייל דו ביסט אסאך שטערקער ווי דו מיינסט.

דו קענסט, דו קענסט,
דו ווייסט אז דו קענסט,
פון יעדן שווערן קלעם זיך זען ארויס.
דו קענסט, דו קענסט,
דו ווייסט אליין דו קענסט.
שטארק דיין הארץ און שריי נאר הויך אויס,
איך ווייס אז איך קען.

יא, דו קענסט!
דארפסט נאר וועלן, און דו קענסט!
וויל נאר, וועסטו קענען!
וויל נאר שטארק, און דו קענסט!
איך זאג דיר, יא, דו קענסט!

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection