יום השישי
מיכאל שניצלער
Original Track
דער טאטע מיט'ן בעכערל דארט שטייט ער,
קידוש מאכן שוין גייט ער.
ארום דעם טיש לייבעלע, שרה'לע, גענענדעלע,
אבער איין קינד ליידער פעלט, וואו איז מענדעלע.
שוין אזויפיל לאנגע יארן,
מיט שלעכטע חברים פארפארן.
נעבעך אזא צרה רבה איז,
ווער ווייסט וואו ער איז, צי האלט ער נאך בכלל שבת.
פרייטאג צו נאכטס דער טאטע א פארצווייפלטער,
אלע בעכערלעך מיט וויין אן זיי פילט ער,
אויך מענדעלע'ס בעכער מיט טרערן טייכן,
אפשר וועט ער דאך אהיימקומען קידוש מאכן.
ער קוקט פון פענסטער,
צי א געשטאלט קומט צווישן די הייזעלעך,
אבער אויפ'ן זייגער רוקן זיך די צוויי ווייזערלעך,
מענדעלע איז נאך אלץ נישט דא
דער זייגער קלאפט חצות,
בלית ברירה הייבט ער אויף זיין בעכער און אויך מענדעלע'ס כוס.
און זאגט, מענדעלע, אוי מענדעלע,
מיין טייער קינד, מענדעלע,
פארוואס קומסטו נישט צוריק,
צו דיין ווארעמע, לעכטיגע שטוב,
געדענק, טאטע מאמע האבן דיך דאך אזוי שטארק ליב.
אוי מענדעלע, אוי מענדעלע,
מיר בענקען אזוי שטארק נאך דיר, מענדעלע,
דיינע געשוויסטער האבן אזוי שיין
אויפגערוימט דיין פריוואטן צימער,
אבער ביז דערווייל זאג מיט מיר מיט, וואו דו ביסט נאר אימער.
זאג יום השישי ויכולו השמים,
מיר האבן אלע איין טאטן א געטרייען.
מ'קען פון אים נישט אנטלויפן,
דיין פרואוו, מענדעלע, איז אומזיסט,
דער טאטע ווייסט אייביג אויך יעצט וואו דו ביסט.
ער רעדט צו דיין נשמה יתירה,
און שרייט צו דיר, מענדעלע טייערע,
גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת.
פארדעם זאג מיט,
יום השישי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם,
ויכל אלוקים ביום השביעי מלאכתו אשר עשה,
ויברך אלוקים את יום השביעי ויקדש אותו.
יעצט ענטפער צוריק, מענדעלע,
גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת.
יארן זענען פארלאפן,
די ביטערע מחלה האט מענדעלע'ן געטראפן,
צום טאטן רעדט ער מיט א קול א פאר'צער'טן,
זיי מיר מוחל, כ'האב דיר מצער געווען, ספעציעל ביי קידוש געלאזט דיך ווארטן.
ווער ווייסט צי כ'וועל דעם שבת
איבערלעבן דעם קרענק,
גיס נאך איין מאל אן מיין כוס,
איך וויל קידוש זאגן מיט ענק,
צום שבת טיש מיינע חברים רוף זיי אלע,
איך וויל מיטזאגן קידוש פון דא,
אדער שוין פון בית דין של מעלה.
ליל ששי ביי חצות הָלַךְ לְעוֹלָמוֹ,
מענדעלע געט צוריק זיין טייערע נשמה.
פרייטאג צונאכטס מיט טרערן אלע חברים,
מיט אנגעגאסענע בעכערלעך דארט שטייען זיי ארום.
דער טאטע הייבט אויף מענדעלע'ס כוס
מיט פחד ואימה,
ער שלאפט איין, וַיַפֵּל הַשֵׁם אֱלוֹקִים תַּרְדֵימָה.
ער חלומ'ט, נְשָׁמָה טְהוֹרָה אַתָּה עָתִיד לִיטְלָה,
ער זעט א געשטאלט געקליידעט מיט א ווייסע קיטעלע.
געט ער א געשריי,
אוי געוואלד, מענדעלע, מיין מענדעלע,
דאס איז מיין הייליגע נשמה'לע, מיין מענדעלע,
מיט'ן זיידן ר' מענדל, נאך וועם ער הייסט,
אין גן עדן צוזאמען ער שפאנט,
דער זיידע גיסט אן דעם בעכער, און לייגט עס אריין אין מענדעלע'ס האנט.
טאטע, מיין טאטע,
דא רעדט צו דיר דיין מענדעלע.
זאג מיינע חברים, כ'בין גרייט אויף קידוש,
ה' אורי וישעי,
זאלן זיי מיטזאגן מיט מיר דעם יום השישי.
קינדערלעך טייערע, מיר זענען זיך צוזאמענגעקומען דא, לעילוי נשמת טייערן מענדעלע,
די מלאכים, מיט די הייליגע נשמות,
ווארטן שוין אויף ענקער קידוש.
דער הייליגער באשעפער, די שכינה הקדושה,
ווארט שוין אזוי לאנג אויף ענקער קידוש.
יעצט לאמיר אלע צוזאמען, מיט אונזער מענדעלע,
די פמליא של מעלה גלוסט שוין
צוהערן צו ענקער הייליגן קידוש.
לאמיר אויפהייבן דעם כוס צוזאמען מיט מענדעלע,
לאמיר מאכן קידוש.
זאגטס אלע, יום השישי ויכולו השמים,
מיר האבן אלע איין טאטן א געטרייען.
ער קוקט אראפ צו אונז יעצט דא,
קינדערלעך, ווי הייליג זענט עטס דא,
ענקער קידוש ווי גרויס אין הימל איך שעץ דא.
ער רעדט צו ענקער נשמה יתירה און שרייט, קינדעלעך טייערע,
גוט שבת, גוט שבת, איי א גוט שבת.
פאר דעם זאגטס מיט קינדערלעך,
יום השישי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם,
ויכל אלוקים ביום השביעי מלאכתו אשר עשה,
ויברך אלוקים את יום השביעי ויקדש אותו.
לאמיר ענטפערן, קינדערלעך,
גוט שבת, גוט שבת, איי איי גוט שבת.
אוי אידעלעך, אוי אידעלעך,
טייערע ברידערלעך,
אט זענען מיר זוכה ליום שכולו שבת ומנוחה,
ווי שיין וועט זיין והיתה לה' המלוכה.
אוי אידעלעך, אוי אידעלעך,
מיינע לעכטיגע ברידערלעך,
כוס ישועות אשא וועלן מיר זען עַיִן בְּעַיִן,
ווען די גאנצע בריאה וועט פון זיך אליינס שרייען.
יום השישי ויכולו השמים והארץ וכל צבאם,
ויכל אלוקים ביום השביעי מלאכתו אשר עשה,
ויברך אלוקים את יום השביעי ויקדש אותו.
די גאנצע וועלט וועט שרייען,
גוט שבת, גוט שבת, אוי גוט שבת,
ליום שכולו שבת, גוט שבת.
