Download PDF

יש תקוה - אידיש

לייבי מאשקאוויטש

Original Track

יש תקוה - אידישלייבי מאשקאוויטש4:46

וואו מ'קוקט - וואו מ'בליקט,
די וועלט אזוי געדריקט,
ס׳דא צרות - ס׳דא דאגות,
איעדער מיט זיין פראגעס.

וואו מ'גייט זעט מען שווארץ,
ס׳טוט וויי, ס׳ציפט דאס הארץ.
געדענק אבער אז ניין,
ס׳וועט שנעל אריבערגיין.

יש תקוה - אין די לופטן זיך אויפהייבן,
יש אמונה - מיר אלע טוען גלייבן,
מער נישט געפאלן - ס׳וועט שטראלן,
ווייל יעדער גלייבט אין ג-ט.
יש לנו ה׳ אחד!

ברודער לעבן קום אהער,
שטיי אויף, וויש אפ דיין טרער,
דארפסט נישט זארגן - געדענק אז מארגן,
גארנישט וועט זיין מער.

הקדוש ברוך הוא,
וואס איז דער איינציגער ג-ט,
וועט אונז היטן טריט און שריט,
ווייל ליב אונז ער האט.

יש תקוה - אין די לופטן זיך אויפהייבן,
יש אמונה - מיר אלע טוען גלייבן,
מער נישט געפאלן - ס׳וועט שטראלן,
ווייל יעדער גלייבט אין ג-ט.
יש לנו ה׳ אחד!

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection