Download PDF

לטובה

ליפא שמעלצער

Original Track

לטובהליפא שמעלצער5:28

געווען א איד, האט מיטגעמאכט א לעבן פול מיט פּיין,
געשפירט אז ער האלט דאס נישט אויס.
נישט קיין גוטן טאג, ווער ווייסט וואס וועט זיין,
מען זעט נישט קיין וועג ארויס.

ער גייט צום אור החיים, קלאפט אויפן טיר,
דער אור החיים לערנט זיינע משלים.
דער אידל זעצט זיך צו, אויך צוהערן דעם שיעור,
שלאפט איין אין א טיפן חלום.

צום בית דין של מעלה קומט ער שוין ארויף,
מלאכים, מען שלעפט אים בארג און טאל.
מצוות און עבירות נעמט מען צונויף,
ארויפלייגן אויף דעם וואגשאל.

דער ספר פון מצוות, א גאנצע חיבור,
דער מלאך ברענגט דאס אפיר.
ליידער זעט דער איד, עס וועגט נישט איבער,
אין גן עדן מען עפנט נישט די טיר.

דער בית דין זאגט, מלאך, אוועק פון דא פירן,
נישט גענוג זכותים געבראכט.
דער איד הייבט אן צו וויינען,
וואו זענען מיינע יסורים,
כ'האב אזויפיל, אזויפיל מיטגעמאכט.

דער בית דין זאגט צום מלאך,
דער אידל איז גערעכט,
ברענג זיינע יסורים אהער.
געמוטשעט א לעבן,
ס'איז אים געגאנגען אזוי שלעכט,
די פעקלעך, עס וועגט דאך זייער שווער.

נישט קיין נחת, נישט געזונט,
מיט פראבלעמען געט זיך אפ,
ער קוקט איבער מאי דהוה.
זיך געמוטשעט אויף פרנסה,
עס וועגט נאכנישט אראפ,
דו האסט עס נישט מקבל געווען באהבה.

דער איד, ער וויינט, ס'איז נישט מיין שולד,
פארוואס האט מען מיר נישט דערמאנט.
ווען איך וואלט געוואוסט,
וואלט איך פארשטאנען דאס בילד,
וואלט איך אנדערש געקוקט ביז היינט.

גייענדיג אהיים, צום רבי'ן דארף איך שוין נישט גיין,
ס'איז א חלום, א חלום, ברוך השם.
גם זו לטובה, וועל איך אייביג שרייען,
די יסורים באהבה איך נעם.

אלעס בין איך שוין מקבל באהבה, גם זו לטובה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection