Download PDF

מיין טייער קינד

מיכאל שניצלער

Original Track

מיין טייער קינדמיכאל שניצלער8:01

טאטע, ווען עטס זיצט דא ביי מיין זייט,
מאמע, איך דערמאן זיך און איך בענק.
ווי גוט איז געווען צוריק מיט א קורצע צייט,
ווען איך בין געווען אין שטוב צוזאמען מיט ענק.

געגאנגען בין איך יעדן טאג אין חדר,
מיט מיינע חברים האב איך זיך אזוי שיין געשפילט.
אבער יעצט מאך איך מיט אזויפיל ליידער,
ווי קענט עטס שטיין און צוקוקן דאס בילד.

טאטע, ליבער טאטע,
עס טוט מיר אלעס אזוי שטארק וויי.
מאמע, ליבע מאמע,
איך וויל שוין צוריקגיין אין חדר לערנען מיט זיי.

טאטע, מיין ליבער טאטע,
וויפיל יסורים וועל איך מיטמאכן,
איך בין דאך אזוי קליין.
מאמע, מיין ליבע מאמע,
איך וויל מיט ענק יעצט צוריק אהיימגיין.

האב נישט קיין מורא, טייער קינד,
מיר שטייען דא און זארגן אן א שיעור.
ביז דער באשעפער וועט דיר שענקען כח און געזונט,
מיר וועלן בקרוב אהיימגיין מיט דיר.

האב בטחון, יְמִין הַשֵׁם רוֹמֵמָה,
ער וועט דיך נישט פארלאזן קיינמאל.
ער וועט דיר שיקן א רפואה שלימה,
בתוך שאר חולי ישראל.

טייער קינד, דיין געוויין איך הער,
איך זע דיין רעש, דיין טומל.
איעדעס מאל ווען א אידיש קינד לאזט א טרער,
פאלן צוויי טרערן פון הימל.

אפילו דו פארשטייסט נישט מיינע וועגן,
ס׳איז אמאל זייער שווער צו פארשטיין.
זאלסטו חלילה קיין קשיות נישט פרעגן,
די תירוץ ווייסט קיינער נאר איינער אליין.

מיין קינד, מיין קינד,
מיין טייער קינד ישראל,
אפילו דו מאכסט מיט שווערע צייטן אמאל אמאל.
מיין קינד, מיין קינד,
זאלסטו וויסן, מיין קינד ישראל,
איך האב דיך ליב אן א שיעור, אן א צאל.

מיין קינד, מיין קינד, איך האב צו דיר א בונד,
איך וועל דיך אייביג געדענקען.
מיין קינד, מיין קינד, שטארק זיך אצינד,
איך וועל דיר גוטע צייטן נאך שענקען.

האב נישט קיין מורא, טייער קינד,
ווייל איך זארג פאר דיר אן א שיעור.
איך וועל דיר שענקען כח און געזונט,
ביז איך וועל אהיימגיין מיט דיר.

האב בטחון, יְמִין הַשֵׁם רוֹמֵמָה,
איך וועל דיך נישט פארלאזן קיינמאל.
איך וועל שיקן א ישועה שלימה,
פאר מיין קינד, כלל ישראל.

הוא יגאל אותנו, הוא יגאל אותנו,
הוא יגאל אותנו בקרוב.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection