Download PDF

מיין קינד טרעף מיך

מיכאל שניצלער

Original Track

מיין קינד טרעף מיךמיכאל שניצלער8:29

Cover Tracks

S0325 - מיין קינד טרעף מיך - מיכאל שניצלער

לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | מיין קינד, טרעף מיך (תשס"ט)

אוי א פחד, ער זעט אויס שרעקליך,
דער טאטע ביי די טיר, די מאמע ברענגט די פעקלעך.
ער פארט צום ערשטן מאל,
ארויס פון ארץ ישראל,
ווייל דאקטוירים דא האבן שוין אויפגעגעבן.

קיין אמעריקע זיך היילן, אולי ירחם.
ער קוקט אויף זיינע קינדערלעך,
ווער ווייסט צי ער קומט נאך אהיים.
צווישן דעם גרויסן טומעלע,
שטייט דער קליינער שימעלע,
אוי ווער ווייסט צי איך וועל נאך דיין בר מצוה דערלעבן.

אדורך יסורים, יָגַעְתִּי,
שימעלע וויינט, אָנֹכִי לֹא יָדַעְתִּי,
וואו איז מיין טאטי,
איך בענק אזוי נאך דיר יעדע נאכט און איך וויין.

שיק מיר כאטש אפאר בריוועלעך,
ווייל אויסהאלטן אן דיר, ווי וועל איך.
שיקן יעצט א בריוו פאר דיר וועל איך,
אוי טאטע, עפן מיין בריוו, מיט א טרערעלע ליין.

אוי טאטע, אוי טאטע,
צו מיין געטרייע טאטע,
איך זוך דיך ארום, וואו ביסטו אצינד.
קום שנעל צוריק, איך ווארט אויף דיר אין שטוב,
ווייל איך האב דיך, טאטי, אזוי שטארק ליב,
מיט בענקשאפט, פון שימעלע, דיין געטרייע קינד.

אוי שימעלע, אוי שימעלע, מיין טייערע שימעלע,
וואו זוכסטו, איך ליג דאך אין שפיטאל.
זוך מיך אין דיין סידור'ל ביי רפאינו,
זוך מיך אין דיין תהילימ'ל ביי אל תעזבנו,
דאן אפשר וועל איך דיך זען נאכאמאל.

זוך נאך אביסעלע מער,
לייג צו נאך א טרער,
כסדר פון דיר איך קלער,
שיק דיין בריוועלע, צום טאטן אין הימעלע.

זוכטס מיך אלע צוזאמען,
געב א גרוס דיין מאמען,
איך שרייב דיר פון איבער וואסער און ימ'ען,
פון דיין געטרייע טאטע, צו דיר, מיין שימעלע.

פון הימל עס טראפט אראפ נאך א טרער,
דו האסט געוואלט מיר זאלן דיך זוכן מער.
אויב דער גלות געפעלט דיר נישט,
קום ארויס פון דיין באהעלטעניש,
לאמיר שוין זען א שטראל פון האף, פון ליכט.

למה יאמרו הגוים איה,
פארוואס דארפן מיר פארשעמט ווערן פאר זיי.
רְצוֹנֵינוּ לִרְאוֹת אֶת מַלְכֵּינוּ,
אוֹי שֶׁתְּרַחֲמֵינוּ,
צי האבן מיר דען דיך נישט גענוג געזוכט.

דִרְשׁוּ אֶת הַשֵׁם בְּהִמָצְאוֹ,
געפירט אין אוישוויץ מ'האט זיי.
א פלאם הַבְעָרָה יָצְאוּ,
די שענסטע קהילות אוועק מיטן רויכ'ל.

טרעזינשטאט און טרעבלינקע'ן,
ס'האבן געשפריצט די פונקען,
זיי האבן צום הימל געוואונקען,
מיין קינד, זוך מיך מיט א שטערקערן כוח'ל.

טאטע, אוי טאטע, אוי הייליגער טאטע,
וואו ביסטו באהאלטן, וואו.
א קליין קינד זוכט דיך ביי רפאינו,
א מאמע זוכט דיך ביי שמע קולינו,
אוי אלוקינו, אַיֶכָּה.

אוי טאטע, מיין טאטע,
געטרייער טאטע,
וואו האסטו דיך באהאלטן, וואו.

א יונגערמאן זוכט דיך ביי וְהָכֵן פַּרְנָסָתֵנוּ,
א זיידע און באבע ביי וְאַל תַּשְׁלִיכֵנוּ,
וְתֶחֱזֶינָה עֵינֵינוּ,
קום שוין ארויס, טאטעניו.

מיין קינד, מיין קינד,
מיין טייער לעכטיג קינד,
איך קען דיך שוין זען מיט דיין טרער, מיט דיינע שוועריגקייטן.

קום נאך א טריט און דיינע אויגעלעך עפן,
וועסטו מיך שוין זען און באלד טרעפן,
מיר שטייען אזוי נאנט איינער צום צווייטן.

אוי יָגַעְתִּי וּמָצָאתִי תַּאֲמִין,
ווי שיין וועט עס זיין צוזאמען,
זינגען אני מאמין,
און דאן וועט איר אלעס גוט פארשטיין.

יַחַד הָרִים יְרַנֵנוּ,
מיט משיח צדקנו,
במהרה בימינו,
קינדערלעך זיסע, ענטפערטס אמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection