Download PDF

נשמה

יונתן שווארץ

Original Track

נשמהיונתן שווארץ10:18

Cover Tracks

S0327 - נשמה - שלומי גערטנער

לחן: ר' שמואל ברזיל | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה (תשס"ז)

א נשמה אזוי הייליג, אזוי ריין,
זיצט נעבן כסא הכבוד אזוי שיין,
דער מלאך קומט און זאגט, דו מוזט פארשטיין,
נשמה, נשמה, ס'איז שוין צייט צו גיין.

נשמה, נשמה, איך וויל דיר דא ערקלערן,
אז א קינד דארף באלד געבוירן ווערן.
דו דארפסט דיך פאראייניגן מיטן קינד צוזאם,
דו ביסט איר נשמה, דו ביסט איר פלאם.

אבער מלאך, מלאך, ניין, איך וויל נישט גיין,
דא איז דאך אזוי הייליג, לויטער, ריין.
איך זיץ דא אויף אזא דערהויבענע בחינה,
וְנֶהֱנֶה מִזִיו הַשְׁכִינָה.

אזא גרויסן אור טוט דא לייכטן,
און אזא חשכות איז אויף דעם עולם התחתון.
שוועריגקייטן יעדן טאג-טעגליך,
אסאך מאל פילט מען, ס'איז ממש נישט מעגליך.

יעדן טאג פרישע נסיונות,
בֵּין בְּרָצוֹן וּבֵּין בְּאוֹנֶס.
הַיוֹם אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה וַעֲשֵׂה כַּךְ,
ביז דער מענטש ווערט ביי זיך אינגאנצן שוואך.

און וויפיל אידן מאכן נעבעך מיט,
צרות, יסורים אויף יעדן טריט און שריט.
מלאך, מלאך, לאז מיך בלייבן דא,
ווייל נוֹחַ לוֹ שֶׁלֹא נִבְרָא.

מלאך, מלאך, ניין, איך וויל נישט גיין,
דא איז דאך הייליג, לויטער און ריין.
איך זיץ דא אויף אזא דערהויבענע בחינה,
וְנֶהֱנֶה מִזִיו הַשְׁכִינָה.

נשמה, נשמה, עס ווענדט זיך נישט אין מיר,
נשמה, נשמה, עס ווענדט זיך נישט אין דיר.
אז דער בורא הייסט דיר גיין, איז דעמאלטס גיי,
בַּעַל כָּרְחָךְ אַתָּה נוֹלָד וְאַתָּה חַי.

נשמה, נשמה, געדענק נאר גוט איין פרט,
דו גייסט דאך נאר אויף א שטיק צייט.
טאמער וועסטו הארעווען אן א שיעור,
וועסטו צוריקקומען נאך שענער פון פריער.

דער בורא וויל דאך קיינעם נישט בא'עולה'ן,
ער זאגט בָּרָאתִי יֵצֶר, בָּרָאתִי תּוֹרָה תַּבְלִין.
נשמה, נשמה, אין איעדע מאמענט,
די בחירה ליגט דאך נאר אין דיינע הענט.

ס'איז אמת, אסאך מאל קומט עס אן שווער,
ס'איז טאקע דא נסיונות מער און מער.
לפום צערא, וואס מער צער,
אגרא, באקומט מען די שכר.

ס'איז אמת אז מען מאכט אסאך מאל מיט,
אין אונזערע אויגן זעט עס אויס נישט גוט.
נִסְתָּרִים הֵם דַרְכֵּי הַשֵׁם,
דעם באשעפער'ס וועגן, קענסטו נישט פארשטיין.

ווי חשוב איז יִסוּרִים מְמַרְקִין,
ווי טייער איין מאל אז מ'טוט זיך שטארקן,
יפה שעה אחת, אפילו נאר איין שעה,
מכל חיי העולם הבא.

מלאך, מלאך, יא, איך וויל שוין גיין,
איך וועל צוריקקומען אסאך מער לויטער ריין.
איך וועל ארבעטן אויף גאר א גרויסע בחינה,
נאך נענטער ווערן צום הייליגן שכינה.

אַתָּה בְּרָאתָהּ, אַתָה יְצַרְתָּהּ,
אַתָּה נְפַחְתָּהּ בִּי, וְאַתָּה מְשַׁמְרָהּ בְּקִרְבִּי,
וְאַתָּה עָתִיד לִיטְלָהּ מִמֶנִי, וּלְהַחֲזִירָהּ בִּי לְעָתִיד לָבֹא.

מלאך, מלאך, יא, איך וויל שוין גיין.
מלאך, מלאך, יא, איך וויל שוין גיין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection