עוד יוסף חי
בערי וועבער
Original Track
Cover Tracks
איך בין יוסף, דער עלפטער קינד,
פון פאטער יעקב.
מיין לעבנס געשיכטע מ’געפינט,
אין ספר בראשית צום סוף.
איך האב געהאט פאר מיך ברידערלעך צען,
אינדערהיים איז מיר נישט גרינג געווען.
שנאה און קנאה,
האב איך יעדן טאג געזען.
מיין מאמע האט מיך איבערגעלאזט,
איך בין געווען קוים אכט יאר אלט.
שוין יונגערהייט האב איך געקאסט,
ממש ווי מיין לעבן צעפאלט.
א יתום אן א מאמעס האנט,
יעדער קוקט מיך אן אינטערעסאנט.
איך האב געדענקט און געבענקט,
וואס מיין טאטע האט מיך אייביג דערמאנט.
דו ביסט יוסף, דו ביסט יוסף״.
נישט קיין חילוק וואס דו גייסט אריבער,
ביסטו א צדיק, א גיבור,
דו ביסט יוסף,
מיין ליבליך קינד.
זאל זיין וואס זאל זיין,
בלייבסטו אייביג מיין
זיסער יוסף, מיין ליבליך קינד.
פון גרויסע חלומות האב איך געטראכט,
העכער און העכער צו גיין.
יעדער האט פון מיר חוזק געמאכט,
איך בין געשטאנען איינער אליין.
מיך פארקויפט קיין מצרים אלס קנעכט,
מיין לעבן איז מיר ביטער און שלעכט.
אין פוטיפרס הויז, איך דריי מיך ארויס,
פון באגיין אומרעכט.
נישט גענוג מיינע צרות פון בעפאר,
האט מען מיך אין תפיסה פארשפארט.
געבינדן אין קייטן אויף צוועלף יאר,
אבער דאך אויף מלכות איך ווארט.
פאר פרעה מיך איינמאל געשטעלט,
עס האט זיך איבערגעדרייט מיין וועלט,
פון ווייטאג, בין איך איין טאג,
געווארן א פירער, א העלד.
אני יוסף, ברודערס, אני יוסף.״
נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער,
געטס פארן טאטן איבער,
עס לעבט נאך יוסף,
ער איז ריין פון זינד.
נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער,
דאך בין איך א מלך, א גיבור.
איך בין יוסף,
מיין טאטנס א קינד.
הער מיך צו, איך זע ווי דו
גייסט דורך שווערע צייטן.
מ’טשעפעט, מ’שפייט,
איך זע ווי ס’גייט
דיך שלעכט פון אלע זייטן.
דא רעדט צו דיר יוסף אליין,
ווער נאך ווי איך קען דיר פארשטיין.
דיין געוויין, דיין פיין,
נסיונות ביישטיין.
קומסט פון א שווערע שטוב,
אדער דו ליגסט אין גרוב,
דיין חלום קען קיינער צושטערן.
ביסט שטערקער ווי דו מיינסט,
וועסטו זען אליינס,
ווי דאס וועט נאך פארווירקליכט ווערן.
הער עס פון יוסף, פון אים’ן,
וואס איז דורך די אלע פראבלעמען.
דאך א צדיק, א גיבור,
ביז היינט האט ער די שענסטע נעמען.
זאג פאר דיר אליין:
איך בין יוסף, פונקט ווי יוסף״.
נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער,
קען איך זיין א צדיק, א גיבור.
פונקט ווי יוסף,
מיט טרערעלעך איך שריי.
נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער,
געטס פארן טאטן איבער,
עס לעבט נאך יוסף,
עוד יוסף חי.
