עלה קטן - אידיש
שמעי ענגעל
Original Track
Cover Tracks
איך בין דער בוים, שוין זייער אלט, בין איך אצינד,
געזען גאר פיל שטורעמעס און שטארקע ווינט.
דו ביסט א בלעטל קליין, קוים דו רירסט דיך,
אלעס קוקט אויס שיין, גוט דו שפירסט דיך.
נעם מיט דיר צידה לדרך, גלייב מיין ווארט,
הער דיך צו, בלעטל, ווייל איך קום פון דארט.
ס'דא פיל טעג וואס אלעס שיינט און לייכט,
אבער פארהאן פיל טעג ווען ס'איז טונקל ווי נאכט.
האלט דיך שטארק, קליינטשיג בלעטל מיין,
נישט אייביג איז וויאזוי מען וויל ס'זאל זיין.
בייזע ווינטן קומען אלץ אפיר,
געדענק אלעמאל, איך בין מיט דיר,
האלט דיך שטארק, קליינטשיג בלעטעלע מיין.
נישט אלעמאל גייט עס פונקט ווי געפלאנט,
אונז ווייס מיר נישט,
ווייל גארנישט ליגט אין אונזער האנט.
יעצט איז אלעס גוט, אָן א זארגן,
אבער וואס ווייסט א מענטש, וואס גייט זיין מארגן.
איך געב פאר דיר צידה לדרך, נעם מיין ווארט,
אין יעדן זמן, אפילו ס'איז שוואך, שטארק דיך פארט.
און אויב קוקט אויס אז די זון פארגייט,
געדענק אז מארגן קומט א נייע ליכטיגקייט.
האלט דיך שטארק, קליינטשיג בלעטעלע מיין,
נישט אייביג איז וויאזוי מען וויל ס'זאל זיין.
בייזע ווינטן קומען אלץ אפיר,
געדענק אלעמאל, איך בין מיט דיר.
האלט דיך שטארק, קליינטשיג בלעטעלע מיין.
