קאווע
ליפא שמעלצער
Original Track
קאוועליפא שמעלצער5:52
Cover Tracks
S0331 - קאווע - ליפא שמעלצער
ביטער און זיס,
שווארץ און ווייס.
טרוקן און נאס,
קאלטס און ווארעם.
ער ווייסט נאכנישט וואס ער דארף,
א שטארקן א שוואכן.
ער ווייסט נאכנישט זויער, שארף,
צום וויינען, צום לאכן.
ס'האט אבער יא א טעם,
כאטש מ'פארשטייט נישט.
מ'דארף האבן אלץ צוזאם,
אָן דעם עס גייט נישט.
ביטער און זיס,
שווארץ און ווייס,
טרוקן און נאס,
ווארעם און קאלט,
נאר אזוי קומט ארויס א פיינע קאווע.
טרויער און פרייד,
גרינג און שווער.
רואיג, נערוועז,
טונקל, ליכטיג.
איין טאג עס גייט אים גוט,
א ליכטיגס, א זיסן.
מיטאמאל מאכט ער מיט,
טרערן גיסן.
ס'האט אבער יא א טעם,
כאטש מ'פארשטייט נישט.
מ'דארף האבן אלץ צוזאם,
אָן דעם עס גייט נישט.
טרויער און פרייד,
גרינג און שווער.
רואיג, נערוועז,
טונקל און ליכט,
האט א מענטש אויף דער וועלט,
דאס איז דאס לעבן.
