קיינמאל נישט אליין
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: יוסי גרין, ר' משה ווערצבערגער, ר' שמואל ברזיל
מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה (תשס"ז)
א שיינער חלום האט א איד געזען,
ביים ברעג פון ים איז ער געווען.
די זון לייכט אזוי הערליך און שיין,
א ווינטעלע בלאזט אזוי געשמאק און אזוי ריין,
ער שפאצירט זיך ביים ים איינער אליין.
שפאצירנדיג אפאר שעה אזוי בא'טעמ'ט,
זעט ער אז דארט ווי ער גייט,
ווערט א סימן פון זיינע טריט אין דער זאמד.
שפאצירנדיג אפאר שעה, באמערקט זיך דער איד,
חוץ פון זיינע טריט, איז דא א סימן פון נאך אפאר טריט.
וואס טוט זיך דא, קען ער נישט פארשטיין,
איך בין דאך דא איינער אליין,
ווער נאך טוט דא מיט מיר מיטגיין.
קיינער איז דאך דא נישט פארהאן,
ס'איז נישט מעגליך ס'זאל עפעס אנדערש זיין,
ווי דער באשעפער גייט מיט מיר שפאן נאך שפאן.
ער גייט ווייטער און ער געט א קוק,
אויפן גאנצן לאנגן וועג אויף צוריק.
איבעראל זעט ער פון טריט צוויי פּאָרן,
ער מאכט זיך א חשבון א קלארן,
ער משל'ט אויס די טריט לויט זיינע יארן.
זעט ער אז אין די יארן
ווען ס'איז אים נישט געגאנגען אזוי גוט,
פונקט דעמאלטס איז דא א סימן, נאר פון איין פּאר טריט.
און אין חלום שרייט ער צום גרויסן טאטן,
באשעפער, פארוואס פונקט אין די שווערע צייטן,
ווען ס'איז מיר געגאנגען אזוי שווער,
איך האב זיך געפלאגט מער און מער.
קלי קלי למה עזבתני, למה עזבתני.
הייליגער באשעפער, איך פרעג ביי דיר,
צי ווען איך האב זיך געמוטשט אן א שיעור,
צו דען ביסטו דעמאלטס מיטגעגאנגען נעבן מיר.
אַב הָרַחֲמִים, הוּא יְרַחֵם עַם עֲמוּסִים, וְיִזְכֹּר בְּרִית אֵיתָנִים.
און א תשובה באקומט ער צוריק,
מיין קינד, געב נאר גוט א קוק.
אין די יארן וואס דו האסט דיך געטון פלאגן,
האב איך דיך אויף מיינע הענט געטראגן.
ווען דו האסט דיך געמוטשעט אן א שיעור,
ביסטו נאך געוועזן נענטער צו מיר.
ווייל א איד מוז פארשטיין,
ער איז קיינמאל נישט אליין,
עס גייט מיט אים דער אב הרחמים.
אין יעדע מצב וואו א איד איז,
גלייבן א איד אייביג מוז,
אז עס גייט מיט אים דער אב הרחמים.
צי א איד האט יסורים,
צי פארשפארט אין בית האסורים,
גייט מיט אים דער אב הרחמים.
צי א איד פלאגט זיך מיט א קינד,
וואס איז לא עלינו נישט געזונט,
גייט מיט אים דער אב הרחמים.
דער הייליגער בעל שם,
זאגט ווען א איד איז אין א קלעם,
אויף א דינעם שטריק קען ער דורכגיין דעם טיפן ים,
מיט אמונה און בטחון אן קיין שום פגם.
אבער אָן אמונה קען מען זיך נישט געבן קיין ריר,
מ'קען אפילו נישט דורכגיין די שוועל פון טיר.
דער וואס האט אמונה און בטחון,
דער פרעגט נישט קיין שאלות,
ער ווייסט פון באשעפער קומט אלעס.
דער וואס האט נישט אמונה און בטחון,
דעם העלפט נישט קיין שום תשובות,
עס האט נישט ביי אים קיין שום חשיבות.
ווען ס'זעט אויס איום ונורא,
ווערט מען נענטער צו דעם בורא,
דער באשעפער לאזט דיך קיינמאל נישט אליין.
ס'באקאנט גוט די הגדרה, עִמוֹ אָנֹכִי בְּצָרָה,
ער ליידט מיט מיט דיין געוויין.
קוה אל השם, אפילו א איד איז אין א קלעם,
דארף אבער געדענקען יעדער איד,
אז דער בורא גייט מיט אים אייביג מיט.
א אידיש קינד מוז פארשטיין,
אז א איד איז קיינמאל נישט אליין.
דער באשעפער גייט מיט אים מיט,
אויף יעדן טריט און אויף יעדן שריט.
חזק ויאמץ לבך, וקוה אל השם.
