Download PDF

אם אשכחך

בערי וועבער

Original Track

אם אשכחךבערי וועבער2:35

ס'איז נישטא קיין צער אויף דער וועלט,
וואס מאכט אונז פארגעסן פון ירושלים.

ס'איז נישטא קיין שמחה אויף דער וועלט,
וואס קען אונז מאכן פארגעסן פון ירושלים.

פאר צוויי טויזנט יאר,
ווען אימער מיר דאווענען,
און מיר דאווענען אייביג,
שטעלן מיר אויס,
אונזער מהלך, און אונזערע מחשבות,
און אונזערע פיס,
קיין ירושלים.

ווען דו וואלסט ווען אפגעשטעלט
א אידעלע אויפן וועג צו די גאז קאמערן,
און דו וואלסט אים געפרעגט,
טייערע אידעלע, זאגז'שע מיר,
פון וואס טראכט איר יעצט.
וואלט ער געענטפערט,
איך טראכט פון ירושלים.

איך בין אויף מיין וועג, איך בין אויף מיין וועג,
איך בין אויף מיין וועג, קיין ירושלים.

ווען דו וואלסט ווען אפגעשטעלט
א אידעלע אויפן וועג קיין סיביר,
און דו וואלסט אים געפרעגט,
זאג'זשע טייערע ברודער,
פון וואס טראכט איר יעצט.
וואלט ער געענטפערט,
איך טראכט פון ירושלים.

איך בין אויף מיין וועג, איך בין אויף מיין וועג,
איך בין אויף מיין וועג, קיין ירושלים.

אִם אֶשְׁכָּחֲךָ יְרוּשָׁלַיִם, תִּשְׁכַּח יְמִינִי,
אִם לֹא אַעֲלֶה אֶת יְרוּשָׁלִַים עַל רֹאשׁ שִׂמְחָתִי.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection