העלא, דא רעדט ירושלים
יום טוב עהרליך
Original Track
מילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער (תשמ"ב)
קיין ירושלים ווען איר קומט און געט א בליק,
און זעט די וואונדער וואס מיט יארן טויזנטער צוריק.
איר זעט ירושלים מיט איר וואונדערליכן חן,
וואס ליגט אויף יעדן זאמדעלע, וואס ליגט אויף יעדן שטיין.
שטיין וועט איר דאן בלייבן,
נישט פארשטייענדיג דעם סוד,
די גרויסע וואונדערליכע קראפט,
עס האט די שיינע שטאט.
וואס די אלע אידן גלוסטן ממש אן א שיעור,
און פון אלע ווינקעלעך זיי לויפן צוריק צו איר.
דערזען האבן די אראבער, אז די אידן שרייען געוואלד,
מיר בענקען און מיר ווילן קיין ירושלים באלד.
האבן זיי זיך גענומען שרייען די אראבער הויך,
ס'איז דאך אזא גוטע זאך, מיר וועלן עס אויך.
און די גאנצע וועלט האט זיך דערוואוסט
פון אט דעם סוד,
אז אידן און אראבער קריגן זיך אויף דער שטאט.
האט פארגלוסט פאר יעדן זיך אריינשטעקן די נאז,
דער גריק, דער קאטאליק, און דער כינעזער, מיטן רוס.
העלא, עס רעדט ירושלים,
איר וועט אוועקגיין מיט פארדראס.
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם,
איך האב מיין אלטן בעל הבית.
העלא, עס רעדט ירושלים,
ס'נאריש אלעס וואס איר טראכט.
דעם פרומער אידן דעם געטרייען,
אים געב איך איבער די מאכט.
העלא, עס רעדט ירושלים,
ליבער פרומער איד דו מיין.
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם,
אייביג וועל איך דיינע זיין.
איך בין די שטאט פון קעניג דוד,
די שטאט פון אויבערשטן אליין.
איך בין נישט מוחל אויף מיין כבוד,
איך וועל נישט לאזן אזוי גיין.
מ'קומט היינט קיין ירושלים און מ'געט א בליק,
ווי אנדערש איז זי היינט געווארן ווי יארן צוריק.
אויסגעבויט מיט שיינע הייזער פון א יעדן זייט,
און פון זיי א קול פון תורה הערט זיך זייער ווייט.
ערליכע שיכונים, אזוי הערליך אזוי שיין,
פול מיט ערליכע משפחות, קינדער מלא חן.
מ'דינט דארט דעם באשעפער און מ'לערנט אן אן עק,
און פאר קיינעם אין דער וועלט, זיי האבן נישט קיין שרעק.
אבער מ'זעט נאך אידן דארט, אויך פון אן אנדער מין,
יעדער איינער קוקט און פרעגט, וואו קומען זיי אהין?
נישט קיין תורה, נישט קיין יראה, זעט מען אויס אזוי,
שווער זיי צו דערקענען, צי א איד אדער א גוי.
זיי מיינען זיי זענען בעלי בתים אויפן קעניג'ס שטאט,
און ווילן איר פארבויען מיט א חרפה און א שפאט.
די אידעלעך די ערליכע, מ'קעמפט אויף יעדן ארט,
און די שטאט אליין האט שוין ארויסגעזאגט איר ווארט.
העלא, עס רעדט ירושלים,
אפשר קען מיר זאגן ווער.
אט דעם בעל הבית דעם נייעם,
ווער האט אים געשיקט אהער.
הא, וואס איז אים שלעכט געוועזן,
אין מאסקווע אדער אין בערלין.
ס'איז דא דארט עסן פאר א יעדן,
זאל ער זיך גיין צוריק אהין.
ווייל די איינוואוינער מיינע,
דארפן זיין פיינע,
און שרעקן זיך פון בורא,
און אפהיטן זיין תורה.
מיט ציצית און תפילין,
מיט הייליגע געפילן,
און שבת אז מ'היט,
הערשט דאן איז מען א איד.
א ישיבה, א חדר,
דארף דארט זיין כסדר,
און אנטון מוז איעדער,
צניעות'דיגע קליידער.
מיט פריינטשאפט און פרידן,
צווישן ברידער אידן,
ווייל דאס איז דער געבאט,
פון דעם קעניג'ס שטאט.
העלא, עס רעדט ירושלים,
אידן טייערע, זייט גרייט,
אויף א לעבן גאר א נייעם,
פול מיט תורה, פול מיט פרייד.
העלא, עס רעדט ירושלים,
ווער ס'וויל בלייבן דא ביי מיר,
פארלאזט דאס לעבן אט דעם פרייען,
און אפן איז פאר אייך מיין טיר.
