Download PDF

לחיים

יוסף משה כהנא

Original Track

לחייםיוסף משה כהנא5:24

לחיים, לחיים, קיין ירושלים,
בשובך לציון.
אוי ווי פרייליך, בית השם נלך,
ווי דערלעבט מען עס שוין.

התעוררי, התעוררי,
א בשורה מ'הערט, געהאלפן מ'ווערט,
אלע אינאיינעם פון יעדן ארט.
אליהו קומט און זאגט, גענוג שוין געקלאגט,
ס'איז שוין די צייט, מ'האלט שוין דארט.

אידן, וועקט אייך אויף, מיט די קאפ ארויף,
דער גלות איז שוין אויס.
שופר וועט ער בלאזן, אידן בחפזון,
לאזן זיך אין וועג ארויס.

דער אפגעשוואכטער איד, פון דעם גלות איז ער מיד,
צו לויפן איז ער נישט מסוגל.
נישט צו גלייבן, כנשר אונז דערהייבן,
אויף זיינע פליגל.

קיינער וועט נישט וועלן, א רגע זיך אפשטעלן,
מיט דעם גלות זיך באגעגענען.
אויף צוריק, נישט געבן קיין בליק,
אפילו זיך געזעגענען.

לחיים, לחיים, קיין ירושלים,
בשובך לציון.
אוי ווי פרייליך, בית השם נלך,
ווי דערלעבט מען עס שוין.

די עשירים, די גבירים,
ער קומט מיט א פלאן א גענויען.
ער האט דאך געלט, אין די גאנצע וועלט,
נאר פאר אים קען מען טרויען.

א פלאן קורץ און שארף,
וויאזוי מ'דארף,
דעם בית המקדש צו בויען.

מ'וועט אים באטאנען, זיינע מיליאנען,
קען ער לאזן אין באנק.
זיינע פאלאצן, האט נישט קיין שאצן,
מ'זאגט אים א גרויסן דאנק.

פלוצלונג אן טראכטן, א פייער טוט לייכטן,
יעדער לאזט אלעס אפ.
א בנין א נייער, א בית המקדש פון פייער,
פון אויבן לאזט זיך אראפ.

מצוות ס'שפיגלען, אין די שטיינער און ציגלען,
יעדע מצוה זיין הארעוואניע.
ווער ס'האט שכל, צו בויען דעם היכל,
דעם באשעפער'ס אכסניא.

תעודות נישט טיילן, די ווענט דערציילן,
מ'רופט נישט אויס קיין נעמען.
לומדי תורה ונדבנים, זענען די מחותנים,
זיי טוען זיך נישט שעמען.

לחיים, לחיים, קיין ירושלים,
בשובך לציון.
אוי ווי פרייליך, בית השם נלך,
ווי דערלעבט מען עס שוין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection