Download PDF

מיין חלום

דודי קנאפפלער

Original Track

מיין חלוםדודי קנאפפלער4:56

Cover Tracks

S0339 - מיין חלום - דודי קנאפפלער

לחן: ישי לפידות | מילים: ר' שלמה נחמיה ראזענבערג | מיין חלום (תשע"ח)

פון די גאנצע גארער וועלט,
פאָר איך צו דיר.
אין א ווייטן קליין געצעלט,
עס חלומט זיך דיר.
דאס הארץ ביי מיר א קלאפ פארפעלט,
פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט,
דו ביסט אזוי ווייט, אבער נאנט צו מיר.

ס׳גיסן טרערן הונדערטער יארן אויף דיר,
דאס בין איך, דיין פארלוירן קינד, ס’בענקט זיך מיר.
דאס הארץ ביי מיר א קלאפ פארפעלט,
פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט,
דו ביסט אזוי ווייט, אבער נאנט צו מיר.

מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים,
אין דיין הייליג לאנד, דיין תורה זיין מקיים.
א הימל לויטער ריין,
הארץ אין יעדע שטיין,
מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים.

פון די גאנצע גארער וועלט,
פאָר איך צו דיר.
אין א ווייטן קליין געצעלט,
עס חלומט זיך דיר.
דאס הארץ ביי מיר א קלאפ פארפעלט,
פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט,
אזוי ווייט און ווייט און ווייט, אבער נאנט צו מיר.

מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים,
אין דיין הייליג לאנד דיין תורה זיין מקיים.
א הימל לויטער ריין,
אזויפיל הארץ אין יעדע שטיין.

מיין חלום איז צו לעבן, ירושלים.
מיין חלום, דאס ביסטו, ירושלים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection