א אידישע מאמע
יאסעלע ראזענבלאט
Original Track
לחן: י. יעלן (תרפ"ו) | א אידישע מאמע - יוסף משה כהנא (תשע"ו)
לחן: ר' אנשיל פרידמאן | כרובים עליונים - אברהם מרדכי שווארץ (תשע"ט)
איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן,
זאגט מיר ווער עס קען.
מיט וועלכע טייערע פארמעגן,
בענטשט גאט אלעמען.
מען קויפט דאס נישט פאר קיינע געלט,
דאס געט מען נאר אומזיסט.
און דאך אז מען פארלירט דאס,
אוי, ווי טרערן מען פארגיסט.
א צווייטע געט מען קיינעם נישט,
עס העלפט נישט קיין געוויין.
ווער עס האט פארלוירן,
דער ווייסט שוין וואס איך מיין.
א אידישע מאמע,
עס גיבט נישט בעסער אויף דער וועלט.
א אידישע מאמע,
אוי וויי, ווי ביטער ווען זי פעלט.
ווי שיין און ליכטיג איז אין הארץ,
ווען די מאמע איז דא.
ווי טרויעריג פינסטער ווערט,
ווען גאט נעמט איר אויף עולם הבא.
אין וואסער, אין פייער,
וואלט זי געלאפן פאר איר קינד.
נישט האלטן איר טייער,
דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.
ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט,
אזא שיינע מתנה, געשענקט פון גאט.
נאר איין אלטיטשקע אידישע מאמע,
מאמע מיין.
