Download PDF

אידישע מאמע

יוסף משה כהנא

Original Track

אידישע מאמעיוסף משה כהנא6:15

באשעפער, איך בעט דיר אצינד,
המלאך הגואל אותי מכל רע.
היט און בענטש מיין טייער קינד,
יעדע מינוט און יעדע שעה.

ער זאל גיין בדרך ישרים,
צום טאטן אין הימל בעט זי:
יברך את הנערים,
ויקרא בהם שמי.

נאך פון קליינעם וויגל, ווער איז מסוגל,
צו שאצן וואס א מאמע פאר איר קינד זי מאכט.
בייטאג און ביינאכט, פון אים זי טראכט,
און ווערט קיינמאל נישט אפגעשוואכט.

יעדן אינדערפרי, מיטן קינד זאגט זי,
מודה אני, מ'דארף דאנקען כסדר.
צום קינד זי רעדט, שטיי אויף פון בעט,
מ'דארף שוין גיין לערנען אין חדר.

מיט איין שאיפה, א תפלה א טיפע,
הזורעים בדמעה, מיט טרערן הייסע.
דַי לֹא יִפְסוֹק וְדֵי לֹא יִבְטוֹל,
מִפִּתְגְמֵי אוֹרָיְיתָא.

אין ישיבה לערנען טוט זי דיר שיקן,
ווארעמע בריוון טוט זי דיר שרייבן.
זי ווינטשט זיך דו זאלסט איר הארץ באגליקן,
זאלסט א ערליכער בחור בלייבן.

צום באשעפער זי בעט און זאגט,
גוטע מלאכים פון הימל שיק מיט.
צו איינזייען א בוים האב איך זיך געפלאגט,
האלט אויף אים א בליק און היט.

מיין קינד, הער זיך איין, יעצט ביסטו נאך קליין,
אבער פאר דיר האט מען געבעטן גאר אסאך.
מיט איכות מיט כמות, דורות פון מאמעס,
היטן דיר און שטייען אויפן וואך.

זיי ווארטן צו זען, וואס מיט דיר וועט געשען,
ווי דער בוים וועט אויסוואקסן הויך און שיין.
געפלאנצט מיט הייליגע דמעות, פון אבות ואמהות,
ויקרא בהם שמי ושם.

ושם אבותי, אברהם ויצחק, וידגו לרוב, בקרב הארץ.

מאמע, איך הער, און איך זע יעדע טרער,
מיט מיין גאנצע הארץ זאג איך צו.
מיין ווארט געב איך דיר, דו וועסט נאך זען ביי מיר,
דעם "ויקרא בהם שמי".

ושם אבותי, אברהם ויצחק, וידגו לרוב, בקרב הארץ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection