Download PDF

אשת חיל

מיכאל שניצלער

Original Track

אשת חילמיכאל שניצלער4:29

Cover Tracks

S0343 - אשת חיל - דודי קאליש5:05

לחן: ר' משה ווערצבערגער | מילים: ר' ישעי' בצלאל פוקס | ברכת הבנים (תשע"ח)

אֵשֶׁת חַיִל מִי יִמְצָא,
א אידישע מאמע, נאך אזאנס ווי איז דא.
בָּטַח בָּה לֵב בַּעְלָה,
זי געט זיך אפ פאר די קינדערלעך די יארן אלע.

נאך פארדעם וואס דאס קינד ווערט געבארן,
ביז עס ווערט עלטער אין די שפעטערע יארן.
איר קינד זי וויגט, וויפיל הארץ דארט ליגט,
מיט טרערן געשטיקט און נחת זי באקריגט.

פִּיהָ פָּתְחָה בְּחָכְמָה,
ווען דאס קינד גייט שוין לערנען
אין א מזל'דיגע שעה.
צוֹפִיָה הֲלִיכוֹת בֵּיתָה,
באגלייט זי איר קינד מיט טרערן הייסע.

מיין קינד, דו זאלסט אויפוואקסן ערליך און פיין,
נאר אויף דעם שיינעם וועג זאלסטו גיין.
דאס קינד זי גלעט, ווען מוסר זי רעדט,
איר הארץ און איר שמייכל אינגאנצן זי געט.

קָמוּ בָּנֶיהָ וְיַאַשְׁרוּהָ,
ווען זי דערלעבט איר נחת.
ווען דער אויבערשטער געט א מאמע די זכיה,
צו זען דאס קינד צו די חופה, בשעה טובה ומוצלחת.

מאמע, אוי מאמע, ווער קען דאס פארשטיין,
נאר די מאמע אליין.
אויף דעם האט זי געווארט, דאס איז אירע געגועים,
וואס זי האט געוואונטשן איז געווארן מקוים.

אֵשֶׁת חַיִל מִי יִמְצָא,
דאס איז דער שבת, מעין עולם הבא.
בָּטַח בָּה לֵב בַּעְלָה,
כנסת ישראל איז די כלה.

נאך פאר כלל ישראל איז שבת שוין געווען,
דעם זיבעטן טאג האט די וועלט שוין געזען.
פון די ערשטע מצוות נאך אין מָרָה,
איז ביז היינט הַרְבֵּה מְאוֹד שְׂכָרוֹ.

פִּיהָ פָּתְחָה, דער שבת זי זאגט,
איך ווארט אויף דיר יעדן איינציגן טאג.
זאלסט מיך מכבד זיין מיט א זאך א נייע,
לְווּ עָלַי וַאֲנִי פּוֹרֵעַ.

כנסת ישראל, עטס אידישע קינדער,
איך מיט דיר איז איינס, מיר זענען נישט באזונדער.
אז איר האלט מיך, שבת, מיט כבוד און פרייד,
אגאנצע וואך וועל איך מיט אייך זיין, וואו איר גייט און וואו איר שטייט.

קָמוּ בָּנֶיהָ וִיאַשְׁרוּהָ,
אזוי ווי איר גרייט זיך דערפאר,
איז דער שבת צוריק פאר אייך משפיע,
ווי שיין און ווי הייליג איז דער שכר.

לכה דודי לקראת כלה,
בואי כלה שבת,
מַלְכְּתָא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection