Download PDF

ליכט בענטשן

יוסף משה כהנא

Original Track

ליכט בענטשןיוסף משה כהנא7:22

לחן: עתיק, ראדאשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע געזאנג 1 (תש"פ)

ווער ווייסט און פארשטייט,
דאס געוואלדיגע דערהויבנקייט.
וואס דאס מיינט און באדייט,
א אידישע מאמע ליכט בענטשן זי גייט.

אלעס שיין צוגעגרייט,
די קינדער שטייען ארום מיט פרייד.
איידער די ליכט זי צינד,
צום פושקע גייט זי געשווינד,
צדקה געבן פאר דאס הויזגעזינד.

די מאמע שטייט געבויגן,
מיט פארמאכטע אויגן.
מיט בגדי שבת א פראכט,
מיט הייליגע מחשבות איז זי פארטראכט.

צום באשעפער אין יענע מאמענט,
הייבט זי אויף ביידע הענט.
ארום די ליכטעלעך וואס ברענט,
דאס ערנסטקייט איז אויף יעדן דערקענט.

הייליגער באשעפער, טו צו מיר הערן,
מיט גוטע קינדער מיר באשערן.
זי שטייט און וויינט מיט טרערן,
אירע תפילות זאלן נתקבל ווערן.

די קינדער ערליך זאלן זיך האלטן,
אלע טויערן אין הימל טוט זי שפאלטן.
יהי רצון מלפניך, השם אלוקי ואלוקי אבותי,
כי הדלקתי נרותי.

יהי רצון, באשעפער, טו מיר באלוינען,
אוֹתִי וְאֶת בָּנַי שֶׁתְּחוֹנֵן.
וזכני לגדל בנים ובני בנים,
זרע קודש מיט א לעכטיג פנים.

בזכות שרה ורבקה רחל ולאה אמותינו,
באלייכט אונז, טאטע, והאר נֵרֵינו.
יעדעס קינד א ליכטעלע, וויינט זי מיט טרערן,
זאל דינען דעם באשעפער און נישט פארלאשן ווערן.

די צוויי מלאכים וואס קומען אהיים מיטן טאטן,
זיי זעען די ליכטעלעך פונדערווייטן.
זיי בענטשן דעם טאטן און די מאמען,
אירע טרערן נעמען זיי צוזאמען.

דאס איז די מאמע'ס כח, דאס איז איר געווער,
ווער קען אפשאצן א אידישע מאמע'ס טרער.
ויהי רצון שיתקבלו תפילותי,
כי הדלקתי נרותי.

שיין און וואונדערליך,
די טייערע קינדערלעך,
צום טאטן זיי קומען.
ווי א טאטע געטריי,
בענטשט ער זיי,
דאס הארץ ווערט צענומען.

דער באשעפער זאל זיי געבן,
א געבענטשט לעכטיג לעבן,
אין די וועגן פון אונזערע זיידעס און באבעס.
די קינדער צוזאמען,
גייען צו צו די מאמען,
מיט א קוש אויף די האנט זאגן זיי גוט שבת.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection