Download PDF

מאמע

דודי קאליש, שלומי גערטנער

Original Track

מאמעדודי קאליש, שלומי גערטנער4:26

א אידישע שטוב, געבויט פול מיט מוט,
א הערליכע בלום, נאר אזוי בליט.
א שטוב גוט געפירט, איינער דאס טוט,
א אידישע מאמע שטייט אינדערמיט.

אין יעדע מינוט, און אויף יעדע טריט,
איר גארטן באפוצט, פון שאדן באשיצט.
די קינדער באצירט, ווי פרינצן זיי פירט,
א אידישע מאמע א קעניגן זי שפירט.

מאמע, מאמע, שיינע טייערע קרוין פון גאלד,
אויסנוצן די מינוטן ביי דיר איך האב געזאלט.
איך וואלט געצאלט אלע געלט, זאלסט מיר ווידער וויגן,
און אין דיינע ליבע הענט אמאל טראגן.

מאמע, מאמע, שיינע טייערע קרוין פון גאלד,
איך האף איך בין געוואקסן פונקט ווי דו האסט געוואלט.
דיינע גלעטל נאך איך פיל, און דיין מוסר איך היט,
ס’איז נישט געווען א שאד אויף דיין מי.

צווישן דערנער פיל, איז א רויז איינגעהילט,
די אידישע פאלק, גאר אזוי פילט.
דאך זי שיינט און בליט, איינער אונז היט,
די שכינה הקדושה זיצט אינדערמיט.

ווי א מאמע רואיגט, דאס קינד מיט א ליד,
די שכינה זי רוט, אין יעדן איד.
די קינדער באקרוינט, מיט אלעם גוט באלוינט,
די שכינה הקדושה מען זעט צווישן אונז וואוינט.

שכינה קדושה, שיינע טייערע קרוין פון גאלד,
טון דיין ווילן שטענדיג איך האב ווען געזאלט.
איך וואלט געצאלט אלע געלט, אין בית המקדש גיין,
אין דיינע הייליגע הענט, לויפן אריין.

שכינה קדושה, שיינע טייערע קרוין פון גאלד,
פון היינט וועל איך זיך פירן פונקט ווי דו האסט געוואלט.
דיינע ניסים איך געדענק, און דיין מוסר איך היט,
איך בעט נאר, עס זאל נישט זיין א שאד דיין מי.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection