Download PDF

שלאף מיין קינד

יום טוב עהרליך

Original Track

שלאף מיין קינדיום טוב עהרליך2:58

שלאף מיין קינד, מיין נשמה,
מאך די אויגן צו.
עס האלט דיר רואיג די הענט א מאמע,

איי ליי לו לו לו.

זאלסט נישט שרעקן,
זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט.
קומען וועט א נייער מארגן,
פול מיט גליק און פרייד.

האסט, מיין קינד, געהאט א מאמען,
האסט איר קוים געקענט.
אין די אוישוויצינער פלאמען,
האט מען איר פארברענט.

א בייזער ווינט האט דאן געבלאזן,
א רעגן נאס און קאלט.
ווען זי האט דיר איבערגעלאזן,
אין א ווינקל וואלד.

עס האט פון מיר מיין בלוט גערונען,
פון א דייטש א שאס.
ווען איך האב דיר, קינד, געפונען,
אין דעם קאלטן גראז.

און איך האב מיט דיר געלאפן,
זוכן זיך אן ארט.
פארטיזאנער אנגעטראפן,
און געבליבן דארט.

דער באשעפער האט אונז ביידן
אפגעהיטן גוט,
נישט געלאזט זיך צעשיידן,
אפילו איין מינוט.

און איך וועל דיר נישט פארראטן,
אפילו איין מינוט,
ווייל ביידע האבן מיר איין טאטן,
און די זעלבע בלוט.

אויך מיר האט מען געטאן צעברעכן,
איך האב מער קיינעם ניט.
דו פון פוילן, איך פון טשעכן,
ס'איז דער זעלבער איד.

ביידע זענען מיר צוזאמען
צונויפגעפארט אצינד.
דיר, מיין גאלד, עס פעלט דיין מאמען,
מיר עס פעלט מיין קינד.

שלאף, מיין קינד, כאפ א דרימל,
האב קיין דאגות ניט.
האסט א טאטן דארט אין הימל,
זעט ער דיר און היט.

און אז דו וועסט עלטער ווערן,
און דערזען די וועלט.
אט דעם טאטן זאלסט הערן,
טאן וואס אים געפעלט.

גיין זאלסטו אין זיינע דרכים,
מוטיג ווי א העלד,
און אויסוואקסן א תלמיד חכם,
רעש'ן זאל די וועלט.

דערהויבן וועסטו דיינע נשמה,
וואס דער באשעפער רוט,
און בעטן אים נעמען נקמה,
פאר דיין מאמע'ס בלוט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection