Download PDF

א ברית אין מאסקווע

יום טוב עהרליך

Original Track

א ברית אין מאסקוועיום טוב עהרליך6:47

לחן ומילים: ר' יו"ט עהרליך (תשכ"ב) | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד (תשנ"ד)

די נאכט איז געקומען, דער טאג איז אוועק,
די גאסן פון מאסקווע, אין פחד און שרעק.
די טויערן זענען פארשטעלט מיט סאלדאטן,
מען לאזט נישט אריין, נישט ארויס,
מען זוכט דארט א גרויסן פארברעכער אין ווינקאלאך פון יעדן הויז.

ר' בצלאל, דער מוהל, ער זיצט און ער ווארט,
די ליכט איז פארלאשן, די טיר איז פארשפארט.
די קינדערלעך שווייגן,
זיי ווייסן שוין אז די סאלדאטן ברענגען נישט קיין גליק,
נאר כאפן צו טאטעס פון קינדער,
וואס קומען קיינמאל נישט צוריק.

פלוצלינג דערהערט מען א טומל אין הויף,
מען הערט ווי סאלדאטן מארשירן ארויף.
מען קלאפט און ער לאזט זיי אריין,
און זיי הייבן אן זוכן ביי אים אזוי לאנג,
ביז זיי געפינען א קליינינקע שאכטעלע אונטערן שאנק.

מיר האבן געפונען, זאגט דער קאמאנדיר,
די הענט אין דער הויך, זיך נישט געבן קיין ריר.
די שאכטל ליגט אפן פריי פאר די סאלדאטן, און זיי באטראכטן מיט פרייד,
א שטיקעלע וואטע, א שערל,
א קליינינקן חלף אין שייד.

א געפאנצערטע קאר פליט אין די גאסן געשווינד,
ר' בצלאל זאגט ווידוי, ער וויינט ווי א קינד.
די הענט מיט א קייט, פעסט אויף הינטן געבונדן,
א שווערע זאך איבערן קאפ,
און די קאר לויפט אָן אַן אויפהער, און שרייט און זי שטעלט זיך נישט אפ.

און פלוצלינג מען שטעלט זיך, מען נעמט אים ארויס,
מען פירט אים ארויף, ערגעץ הויך אין א הויז.
מען בינדט אפ די הענט און מען דעקט אויף זיין פנים, און עס באווייזט זיך פאר אים,
רעכטס א מזוזה א גרויסע, אנטקעגן די בילד פון בעל שם.

אויפן טיש א מנורה, עס ברענען פיל ליכט,
א איד מיט א בארד, מיט א שיינעם געזיכט.
שלום עליכם, זאגט ער דעם איד,
און ער שמייכלט צו אים מיט א פרייד,
האט נישט קיין מורא, בארואיגט אייך, זעצט אייך און הערט וואס איך רייד.

איך בין געוועזן אין שטאט דא א רב,
פאר דעם האט געקומט מיר א ביטערער סוף.
האט דער באשעפער געהאלפן,
מיין זון איז געווארן א פירער אין לאנד,
און האט מיר באהאלטן ביי אים דא אין וואוינונג, פארשטעלט פאר א וואנט.

און ווען מיין שנור האט געבוירן א זון,
האב איך געזאגט, איך וויל נישט וויסן דערפון.
איך וויל עס נישט האלטן, נישט גלעטן, נישט דרוקן, אפילו נישט אנקוקן ביז,
מען וועט מיר ברענגען אן ערליכן מוהל און מאכן א ברית.

ווען איר קומט אליין, וואלט מען חושד געווען,
מען האט געמוזט מאכן, מען זאל אייך נישט זען.
נאט אייך די שאכטל, נעמט אייך די כלים,
זאל זיין אין א מזל'דיגע שעה,
איך וועל זיין סנדק,
טאטע-מאמע די קוואטער,
דאס קינד ברענגט, ברוך הבא!

דער מוהל דאס קינד האט גע'מל'עט מיט גליק,
דער זיידע האט ליב עס צום הארצן געדרוקט.
און שרייט אויס, רבונו של עולם,
די מצוה פון פדיון שבויים איז גרויס,
ס'איז א תינוק שנשבה, מיר קאנען נישט אויסלייזן, דו לייז אים אויס.

א געפאנצערטע קאר פליט אין גאסן צוריק,
ר' בצלאל ער זיצט דארט פאר'שיכור'ט פון גליק.
ארום אים עס ליגן פיל פעקלעך,
מתנות אהיים, די משפחה געפירט,
די קאר האט געטריבן א מענטש מיט א גוט פארמאסקירטן געזיכט.

ער האט אים אריינגעפירט שטיל אין זיין הויף,
געהאלפן די פעקלאך צו טראגן ארויף,
און דאנקט אים און בעט זיך,
מיר האבן אייך וויי געטון, האט קיין פאראיבל ניט,
אז דער זיידע איז א איד, און דער טאטע א איד, מוז דער אייניקל זיין א איד.

איך האב מיין לעבן געשטעלט אין געפאר,
און איך האב געטון עס, מער נישט דערפאר,
ווייל איך האב ביינאכט היינט געזען,
אז ס'איז דא א באשעפער וואס פירט אן און היט,
אז דער זיידע איז א איד, און דער טאטע א איד, מוז דער אייניקל זיין א איד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection