א קלוגער פאלק
יונתן שווארץ
Original Track
רַק אֵין נָבוֹן וְחָכָם,
אזוי ווי דיין פאלק ישראל.
מ'זעט עס אויף אלע מיני דרכים,
די חכמה פון די אידן אלעמאל.
אין די צייטן פון די אבות הקדושים,
זייער חכמה האט געמאכט א גרויסע רושם.
אנשים חכמים וידועים,
האט מען אויך געזען ביי די הייליגע נבואים.
אהוי, אז מ'קוקט נאר אריין אין תנ"ך,
אידן זענען אלס געוועזן שוואך.
עַל חַרְבְּךָ תִּחְיֶה, א גוי מיט זיין כח,
א אידיש קינד נוצט זיין מח.
אהוי, אין קעניגליכע גוי'אישע פאלאצן,
ווער זענען געוועזן די יועצים?
מלכים האבן געוואסט זייער גוט,
זיך פארלאזן אויפן חכמה פונעם איד.
אין די צייטן פון די הייליגע תנאים,
און אויך פון די הייליגע אמוראים.
אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים,
אין די צייטן פון אמאליגע גאונים.
אפילו אין די שווערסטע תקופות,
האבן אידן גע'שמ'ט מיט די חריפות.
אפילו די פשוטי עם,
געהאט א חכמה מיט א תורה'דיגע טעם.
ביי די גוי'אישע מלכים האט פאסירט,
וויכוחים מיט די אידן געפירט.
צי דער רמב"ם, צי דער הייליגער מהר"ל,
צי דער הייליגער רבי יונתן אייבעשיץ זצ"ל.
אין מצרים א וויכוח איז געווען,
צי א בלינדער וואס האט קיינמאל נישט געזען.
דער רמב"ם זאגט ס'איז נישטא קיין רפואה,
דער דאקטער דער גוי זאגט ס'איז יא דא א ישועה.
דער גוי דער דאקטער האט געברענגט א קינד,
מיט א ליגנט אז ער איז געבוירן בלינד.
אים געגעבן א רפואה און אזוי איז געשען,
דאס קינד האט אנגעהויבן צו זען!
דער רמב"ם זאגט דעם קינד קוק אויף מיין האנט,
צי איז דיר די קאליר באקאנט?
וועלכע קאליר איז די שמאטע וואס איך האלט?
"ס'איז גרין!", ענטפערט ער באלד.
דער רמב"ם זאגט דעם שונא ישראל,
ס'איז א סימן אז ער האט געזען אמאל.
ווייל א בלינדער קען נישט שפירן,
וויאזוי עס זעט אויס קאלירן.
אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים,
אין די צייטן פון אמאליגע גאונים.
אפילו אויך די פשוטי עם,
געהאט א חכמה מיט א תורה'דיגע טעם.
ביי ר' יונתן אייבעשיץ פאסירט,
אלס קינד אין די גאס שפאצירט.
א גוי טוט אים נאכיאגן,
און אן קיין שום סיבה האט ער אים געשלאגן.
ר' יונתן זאגט אים הויך,
"ס'קומט זיך דער א גרויסער יישר כח".
ער נעמט פון טאש אפאר פרוטות,
און פאר דעם גוי, דער רשע, ער גיבט עס.
אהוי, ר' יונתן זאגט אים, מיין פריינט,
א גרויסע יום טוב איז ביי אידן היינט.
אז וועלכע גוי פאר א אידן שלאגט,
מוז געבן דאס געלט וואס ער פארמאגט.
דער גוי איז פרייליך און צופרידן,
ער לויפט זוכן נאך אפאר אידן.
ער טרעפט דעם ראש הקהל
און ער געבט אים א פראסק,
ס'איז געווארן דארט גאר א גרויסע טראסק.
מ'האט אים גוט אנגעהאקט די זייטן,
ר' יונתן לאכט זיך פונדערווייטן.
דער גוי זאגט צו פון היינט אן אלעמאל,
ער וועט נישט מער טשעפן כלל ישראל.
אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים,
אין די צייטן פון אמאליגע גאונים.
אפילו אויך די פשוטי עם,
געהאט א חכמה מיט א תורה'דיגע טעם.
א סוחר פארט זיך אין די וועגן,
ער טראגט מיט זיך גאר א גרויסע פארמעגן.
א רויבער קומט, דאס געלט זאלסטו מיר געבן,
ווייל טאמער נישט פארלירסטו דיין לעבן.
דער סוחר טראכט ריכטיג,
ער געבט דאס געלט, דאס לעבן איז מער וויכטיג.
ער זאגט דעם רויבער איין זאך בעט איך דיר,
צו די געלט אפאר שותפים האב איך מיט מיר.
און צו זיי:
"מ'האט מיך בארויבט", וועל איך מיך באקלאגן,
"דו ביסט דער גנב!" וועלן זיי זאגן.
"איך וועל אויפהענגען מיין רעקל
און שיס אין דעם אריין,
און דאס וועט פאר זיי א סימן זיין".
ער קען באשטיין.
דער רויבער שיסט אין רעקל אפאר שטיק,
דער איד שרייט ס'איז נישט גענוג.
"איך בעט דיך א טובה זיי אזוי גוט,
שיס אויך אריין אין מיין הוט!".
דער גוי זאגט ס'איז ליידיג מיין געווער,
איך האב נישט קיין קוילן גארנישט מער.
דער איד האט דעם גוי גוט באקלאפט,
און די גאנצע פארמאגן צוריקגעכאפט.
אין די צייטן פון ראשונים און אחרונים,
אין די צייטן פון אמאליגע גאונים.
אפילו אויך די פשוטי עם,
געהאט א חכמה מיט א תורה טעם.
