ארפא
ליפא שמעלצער
Original Track
ארפאליפא שמעלצער5:41
אֶרְפָּא מְשׁוּבָתָם, אוֹהֲבֵם נְדָבָה.
דער אייבערשטער האט אונז דאך ליב,
און יענער צד פארנעמט דאס ניט.
פארענטפערט אונז גאט, באיזה אופן ער האט,
אידן זענען זייער גוט.
און טאמער נישט דא קיין תירוץ,
אן ענטפער מיט א פירוש.
איך דארף נישט קיין תירוצים,
ווייל אן שום פירושים,
איך האב מיינע קינדערלעך ליב.
אֶרְפָּא מְשׁוּבָתָם, אוֹהֲבֵם נְדָבָה.
דו האסט דאך אונז באמת ליב,
פארוואס זענען מיר אזוי באטריבט.
א ישועה וועט זיין, פאר אונז ביידע צוזאם,
ווען דו נעמסט אונז צוריק אהיים.
האלז אונז ארום געשווינד,
ווי א מאמע איר טייערע קינד.
מיר וועלן שוין זיין, וואויל און פיין,
מיר זאגן דיר צו אצינד.
