ברוך השם
מרדכי ווערדיגער
Original Track
Cover Tracks
לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לולא תורתך (תשנ"ז)
בלי עין הרע שטארק מצליח,
ביזנעס גרויסע, גוט מרויח,
ווייסט נישט פון קיין געפאר.
געלט און נחת גאר אסאך,
מ׳דאנקט און לויבט אויף יעדער זאך,
דעם בורא, דער גרויסער האר.
ווייל ער האט דאך ביי זיך דעם שליסל,
געבן יעדן נאך אביסל,
העלפן יעדן איינעם פון זיין צער.
ברוך השם געט מען א זאג,
אויף יעדן טריט איעדן טאג,
און אויף להבא בעט מען אויך,
שתפתח לנו שער.
א חבר דרייט זיך שטארק פארזארגט,
אזויפיל חובות אנגעבארגט,
געשעפטן גייען נישט גוט.
פראבלעמען נעבעך מיט א קינד,
און ער אליין איז אויך נישט געזונט,
די מאמע, זי וויינט דאך מיט.
דער צער ביי זיי איז אן א מאס,
זיי פרעגן אבער נישט פארוואס,
ווייל כל מה דעביד איז אלעס גוט.
מען גלייבט און זאגט ברוך השם,
באשעפער, אוי די תפילות נעם,
זיי ווייסן דער באשעפער היט, אויף יעדן שריט און טריט.
טאג און נאכט, ברוך השם,
נאר מ׳טראכט, ברוך השם.
וואו מ׳גייט, וואו מ׳שטייט,
הערט מען ברוך השם.
מיט אמונה יעדן ריר,
מיט בטחון אן א שיעור,
לעבט א איד נאר בעזרת השם.
אויפן עראפלאן צוזאמען,
איבער וואסער, איבער ימ׳ען,
קיינמאל זיך נישט געקענט.
מ׳זוכט ארום, מ׳כאפט א בליק,
מ׳זעט א איד, מ׳איז פול מיט גליק,
באשעפער, מ׳הייבט די הענט.
שלום עליכם, וואס מאכט א איד,
ברוך השם, ס׳איז אלעס גוט,
די שמחה אויפן פנים מ׳דערקענט.
ווייל וואו א איד זאל נאר נישט גיין,
איז ער דאך קיינמאל נישט אליין,
השגחה פרטית היט אים אייביג, איעדער מאמענט.
טאג און נאכט, ברוך השם,
נאר מ׳טראכט, ברוך השם.
וואו מ׳גייט, וואו מ׳שטייט,
הערט מען ברוך השם.
מיט אמונה יעדן ריר,
מיט בטחון אן א שיעור,
לעבט א איד נאר בעזרת השם.
אידן, ס'איז א פארגעניגן,
זינגען אייביג אט דעם ניגון,
פרייליך, ברוך השם.
וועט דער בורא אונז געדענקען,
אלעס גוטס פאר אידן שענקען,
טאקע נאר וועגן דעם.
שטארקן זיך אגאנצן לעבן,
נישט קיין יאוש, נישט אויפגעבן,
ס'קומען גוטע טעג, בעזרת השם.
מיר וועלן זיך נאך אלע פרייען,
מזל טוב צוזאמען שרייען,
אלע אין ירושלים בעזרת השם.
טאג און נאכט, ברוך השם,
נאר מ׳טראכט ברוך, השם,
וואו מ׳גייט, וואו מ׳שטייט,
הערט מען ברוך השם.
מיט אמונה יעדן ריר,
מיט בטחון אן א שיעור,
לעבט א איד נאר בעזרת השם.
