דאס אידישע ליד
Original Track
Cover Tracks
דער איד מעג זיין ארעם, דאך איז ער זייער רייך.
ווייל גייסטיגע אוצרות, האט דער איד זייער אסאך.
דער איד איז געדולדיג, זיין בטחון איז גרויס,
פון א ברענענדיגן אויוון איז ער לעבעדיג ארויס.
מען רופט אים בן מלך, א יחסן, א גביר,
און יעדעס לאנד פארשליסט פאר אים די טיר.
ער וויינט און ער קלאגט, ער קען שוין נישט מער,
אפילו זיין געלעכטער, איז געמישט מיט א טרער.
מאכט זיך אמאל, ס'גייט אים שוין גוט,
דערמאנט מען אים באלד אז ער איז א איד.
און מען גיט אים ווידער דעם שטעקן אין דער האנט,
און ער זוכט א ניי לאנד.
און קומט א ניי יאר,
אלע פעלקער ביז גאר,
זינגען און טאנצן און ווערן נישט מיד.
און דער איד ראש השנה,
זיצט אין שול מיט כוונה,
און הערט פון זיין חזן אן אנדער מין ליד.
הנני העני ממעש… על עמך ישראל אשר שלחוני…
דאן, יום כיפור ביינאכט,
אז איר גייט אריין אין שול,
וועט איר הערן דעם חזן זינגען, אהה… אהה…
דארט מיט א גרויס געפיל.
מיום כיפורים זה… לטובה...
און אויב מאכט זיך אויך אמאל,
ווען אויב פרייליך איז ישראל,
און ער זינגט זיך פרייליך, אן מורא,
ווען עס קומט אן שמחת תורה.
שישו ושמחו בשמחת תורה…
