דער הייליגער בארדיטשובער
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | דער טאטע הערט (תשס"א)
דער הייליגער בארדיטשובער זכותו יגן,
פלעג נאר ארומגיין אלעמאל,
אויף אידישע קינדערלעך א מליצה זאגן,
געווען דער סניגורן של ישראל.
מלא דביקות, ווי אלץ אויף זיין שטייגער,
הייליגער באשעפער, צו די זאך טו.
הס קטיגור, וקח סניגור,
ענטפער אונז שוין סָלַחְתִּי.
איינמאל פארטאגס גאר פרי,
דער צדיק אין בית המדרש ער לויפט.
פול מיט זריזות, מִתְגַבֵּר כָּאֲרִי,
קומט ער דארט אן פארנט אויפן הויף.
ער זעט מיכל בעל עגלה, ס’קען אים יעדער,
מיט טלית און תפילין אנגעטון.
איינגעבויגן ביי זיין וואגן איבער די רעדער,
און שמירט דעם אויל אהער און אהין.
דער צדיק ער קוקט כְּלַפֵּי שְׁמַיָא,
און זאגט, רבונו של עולם, א מחיה.
זע נאר דיינע קינדער, דיין עם סגולה,
מ’דאוונט אינמיטן די ארבעט אפילו.
איינמאל ערב פסח, נאכן חמץ ברענען,
דער צדיק ער לויפט פון טיר צו טיר.
זיינע הייליגע מחשבות גאר הויך זענען,
ווער האט אביסל חמץ פאר מיר.
פון יעדן שטוב און פון איעדן געשעפט,
"עה", די זעלבע זאך הערט ער.
קיין ברעקעלע חמץ פאר קיין געלט ער טרעפט,
היינט איז נישט זיין טאג דער באשערטער.
דער צדיק, זיין פנים מלא אורה,
ער גייט צום גוי, דעם שכן איוואן.
אפשר האסטו בראנפן, די אומלעגאלע סחורה,
איך געב דיר געלט וויפיל ס’זאל נישט זיין.
דער גוי זעט א דאלער א גרינער,
זאגט ער, איך האב שוין איינמאל און נאך פון וואנעט.
ער שלעפט ארויס די סחורה, דא האט איר, ראבינער,
באצאלט מיר און גייט אייך פון דאנעט.
דער צדיק, ער קוקט כְּלַפֵּי שְׁמַיָא,
און זאגט, רבונו של עולם, א מחיה.
זע נאר יעדער גוי האט באהאלטן א פעקל,
און ביים איד נישטא קיין חמץ א ברעקל.
איין טאג דער צדיק, ער קוקט זיך אום ווידער,
א איד איז אין שול, עס איז שטיל שא.
ער כאפט אפ דאס דאווענען קוים פון א סידור,
איינס צוויי און דריי, בלא בלא בלא.
דער צדיק ער זעט, דאס קען דאך נישט זיין,
פארוואס איז דער איד אזוי פאריאגט.
ער רוימט אים אין אויער, בלא בלא בלא, זאגט ער אריין,
רבי, איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט.
דער צדיק ער רירט זיך נישט פון ארט,
דער באשעפער ביי די זעלבע קשיא בלייבט דאך.
רעב איד, איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט,
וואס יאגסטו זיך אזוי, ווער טרייבט דיך.
רבי, ביי א פרעמדן איז א וואונדער,
אבער א טאטע זיין קינד פארשטיין ער וועט.
דער באשעפער איז אונזער טאטע,
און מיר זענען זיינע קינדער,
ער האט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט.
דער צדיק, ער קוקט כְּלַפֵּי שְׁמַיָא,
און זאגט, רבונו של עולם, א מחיה.
דו ביסט דער גרויסער טאטע,
נאר דו קענסט אונז פארשטיין,
געב יעדן איד וואס ער דארף אליין.
דו ביסט דער גרויסער טאטע,
נאר דו קענסט אונז פארשטיין,
געב יעדן איד וואס ער דארף אליין.
