הם עמלים
יוסף משה כהנא
Original Track
א וועלט עס דרייט זיך, יעדער פרייט זיך,
יעדע שמחה איז גאר אנדערש.
מודה אני איך זאג, יעדן טאג און טאג,
שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקִי מִיוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִדְרָשׁ.
א וועלט עס דרייט זיך, יעדער פרייט זיך,
יעדער איז גליקליך לויט זיין בליק.
ס'איז דא אלערליי פריידן, נישט גלייך ביי ביידן,
וואס ביי איינעם איז נאריש, איז ביים צווייטן גליק.
דער סוחר פרייט זיך ווען ער מאכט געלט,
דער בויער, ווען די בנין איז אויפגעשטעלט,
מיט א גלעזל בראנפן פרייט זיך א שיכור.
דער פויער ווען ער אקערט די פעלד,
דער סאלדאט, ווען ער איז א העלד,
און א קליין קינד, מיט א שטיקל צוקער.
אהוי, אלעס איז דמיון, ס'איז גארנישט ווערד,
פון ערד גענומען און דארט צוריקגעקערט.
א פאלשע וועלט, הבל הבלים,
מ'וועקט זיך אויף, ס'איז נאר א חלום,
הֵם מַשְׁכִּימִים לִדְבָרִים בְּטֵלִים.
אהוי, א תלמיד חכם, א בעל דעה,
מיט די הייליגע תורה איז ער זיך מחיה.
מיט א בלעטל גמרא, א טיפע סברא,
א סוגיא א קלארע, א נייע הגדרה,
הֵם עֲמֵלִים וְאָנוּ עֲמֵלִים.
א וועלט עס דרייט זיך, יעדער פרייט זיך,
יעדער איז גליקליך לויט זיין בליק.
ס'איז דא אלערליי פריידן, נישט גלייך ביי ביידן,
וואס ביי איינעם איז נאריש, איז ביים צווייטן גליק.
דער שרייבער פרייט זיך מיט זיין פעדער,
דער שוסטער, ווען ער ארבעט אויס די לעדער,
דער פאליטיקער, ווען זיין נאמען אין בלאט זעט יעדער.
ערב שבת פרייט זיך דער בעדער,
דער בעל עגלה, ווען ער שמירט די רעדער,
און דער גנב פרייט זיך ביים צושלאסענעם גדר.
אהוי, וואס זאמלט איר, געלט אן א שיעור,
נעכטן ביי מיר, היינט איז עס ביי דיר.
מארגן איז עס ביי אים אין לעדל,
דאס געלט דרייט זיך ווי א רעדל,
הם רצים, ס'איז אלעס חיי שעה.
אהוי, א איד וואס צדקה וחסד האט ליב,
א אפן הארץ, א אפענע שטוב.
ער קארגט דא אלע יארן,
אויף יענע וועלט טוט ער שפארן,
וְאָנוּ רָצִים לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא.
א וועלט עס דרייט זיך, יעדער פרייט זיך,
יעדער איז גליקליך לויט זיין בליק.
ס'איז דא אלערליי פריידן, נישט גלייך ביי ביידן,
וואס ביי איינעם איז נאריש, איז ביים צווייטן גליק.
א זון א גרויסן אינזשעניר,
א טאכטער שטודירט אן א שיעור,
א שמחה, זיינע קינדער זענען דאקטוירים.
איינער א זינגער, א מוזיקאנט,
דער צווייטער א פראפעסאר, זייער באקאנט,
כולם אהובים, כולם גבורים.
אהוי! ס'דאכט זיך אים אז ער וועט האבן נחת,
אבער די קינדער, ווי צו להכעיס.
די עלטערן זאגן: טו עס! מאך עס!
די קינדער זענען זיך נישט מתייחס,
מ'קען שוין דעמאלטס נישט צוריקדרייען.
אהוי, אבער א שמחה ביי א אידישע משפחה,
ווען דער קינד מאכט די ערשטע ברכה.
א שמחה א חיות, מ'מאכט אים פיאות,
ער לערנט שוין משניות, ער ברענגט שוין ראיות,
דעם קאפעליטש טוט ער שוין באנייען.
ער איז צו די תורה עולה,
ער גייט אין ישיבה גדולה,
א געדאנק פון ר' עקיבא אייגער,
א ווארט פון רבי ר' שמעלקא.
מיט א פולע סטענדער,
גרויסע טיפע בענדער,
מִיוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִדְרָשׁ שַׂמְתָּ חֶלְקִי.
א וועלט עס דרייט זיך, יעדער פרייט זיך,
יעדע שמחה איז גאר אנדערש.
מודה אני איך זאג, יעדן טאג און טאג,
שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקִי מִיוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִדְרָשׁ.
וְנִהְיֶה אֲנַחְנוּ וְצֶאֱצָאֵינוּ וְצֶאֱצָאֵי צֶאֱצָאֵינוּ,
כּוּלָנוּ יוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִדְרָשׁ.
