Download PDF

לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל

וויזניץ

Original Track

לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאלוויזניץ

לחן: עתיק (הושר ע"י חסידי ויזניץ במארמורש)
מילים: תלמיד ישיבת ויזניץ מלפני השואה | כבודו מלא עולם (תשכ"ב)

לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל,
תמיד ביסטו הייליג פאלק ישראל.
מיט דיינע שמערצען מיט דיין געוויין,
תמיד מוזטו פרייליך זיין,
כאטש מען יאגט, כאטש מען פלאגט און מען שלאגט.

לעבעדיג לוסטיג פרייליך אן א צאל,
תמיד ביסטו הייליג פאלק ישראל.
פייער צונגען שלינגען דיך,
טרערען אינזלען פלאצן דיך,
דיין נשמה הויכסטו אויס מיט פרייד.

כאטשי אין גלות וואנדערסטו שוין יארן,
דאך האסטו דיין גלויבן נישט פארלוירן.
ווייל טלית און תפילין איז דאך דיין לעבנ'ס פאנצער,
וואס קלאמערט דיך אין דיין ליבן גאט.

קיינמאל האסטו דיך נישט געבויגן,
אפילו מען האט דיך אויפ'ן מזבח אויסגעצויגן.
ווייל תמיד דו שרייסט נאר,
און תמיד דו זינגסט נאר,
"שמע ישראל ד' אחד".

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection