Download PDF

קינדערלעך

אייזיק האניג

Original Track

קינדערלעךאייזיק האניג8:19

Cover Tracks

S0370 - קינדערלעך (4)6:58
S0370 - קינדערלעך (2)8:20
S0370 - קינדערלעך - אייזיק האניג9:05

אזויפיל כח, אזויפיל פלאג,
לייגט מען אריין א יעדן טאג.
מיט אזויפיל הארץ און ליבשאפט אלעמאל,
מיט א תפילה באגלייט און טרערן אן א צאל.
היט אויף מיין פארמעגן, אין אלע זייערע וועגן,
פיל פרייד און גוטס זאלסטו זיי געבן.

רבונו של עולם, מיין הארציגע תפילה פארנעם,
איך וויל זיי לערנען דעם דרך השם.
לשמור ולעשות ולקיים,
צו דינען דעם בורא מיט יראת שמים.
איך וועל מיך אפגעבן און היטן אויף אים,
אזא מתנה, איך דאנק דיך פאר דעם,
העלף אלע אידן זאלן דאס דערלעבן.

איי איי איי, קינדערלעך,
איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין,
מיין ליבשאפט, ווי קענט איר פארשטיין.
איך קען אייך נישט פארגעסן,
וואו איר זאלט נאר זיין,
פון מיר קענט איר קיינמאל אוועקגיין,
ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך.

איי איי איי, קינדערלעך,
ווי שיין איז דיין אידישע חן,
דיין נשמה איז הייליג און ריין.
די גאנצע וועלט, די הימלען, די שטערן,
אלע ווילן די תורה הערן,
פון אידישע קינדערלעך.

ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
עפן דיין הארץ געשווינד.
די תורה לערן, אין הימל וויל מען הערן,
פון דיר וועט נאך א צדיק ווערן.

ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
טאנץ און פריי דיך אצינד,
ווייל ס'איז קיינמאל נישט שפעט,
דער באשעפער זעט,
דיינע תפילות דיין געבעט.

רבונו של עולם, מיר בעטן דיך אצינד,
האב רחמנות ווי א טאטע אויף זיין קינד.
דערמאן דיך שוין די צייטן פון אמאל,
כי כרם השם צבאות בית ישראל.

טאטע, טאטע, ענטפער דיין זון,
מיר בענקען אזוי אן א שיעור,
מיר ווילן שוין צוריקגיין צו דיר.

איי איי איי, קינדערלעך,
איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין,
מיין ליבשאפט, ווי קענט איר פארשטיין.
איך קען אייך נישט פארגעסן,
וואו איר זאלט נאר זיין,
פון מיר קענט איר קיינמאל אוועקגיין,
ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך.

איי איי איי, קינדערלעך,
ווי שיין איז דיין אידישע חן,
דיין נשמה איז הייליג און ריין.
די גאנצע וועלט, די הימלען, די שטערן,
אלע ווילן די תורה הערן,
פון אידישע קינדערלעך.

ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
עפן דיין הארץ געשווינד.
שובו אלי, דו ביסט ווערד און כדאי,
שוין אזויפיל יארן און דאך געבליבן געטריי.

ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
טאנץ און פריי דיך אצינד.
ווי וואויל איז דיין טייל, כי בך בחר קל,
בני בני בכורי ישראל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection