Download PDF

אידישע תאוות

מאטי אילאוויטש

Original Track

אידישע תאוותמאטי אילאוויטש6:53

Cover Tracks

S0372 - אידישע תאוות - מאטי אילאוויטש7:18

אזוי צי אזוי, וואס פארשטייט א גוי,
ס'איז דאך תַּאֲווֹת וּמַחְשָׁבוֹת לִבֵּנוּ,
לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ.

די צאמשטעל פון א קאווע מיט א קאצקע צוקער,
נאכן מקוה מיט די נאסע פאות.
די תאוה מוצאי שבת פון צאמלייגן דעם טלית,
און טון עפעס פאר שלום בית.

די זיסקייט פון א דרימל אינמיטן לכה דודי,
ס'איז בעסער ווי אין בעט אינמיטן נאכט.
און פון צוגיין צום עמוד און זיך גארגלען ביים ברעטל,
בשעת דער עולם קראכט.

עולה זיין שישי, זיצן אויף מזרח,
שווענדן מפטיר יונה, אן אוצר.
אויסלאזן תחנון אדער איבערהיפן,
דעם לאנגן שטיקעלע יוצר.

שרייען די ערשטע 'יעלה ויבוא',
ס'איז א שמחה ממש אז מ'קען וויינען.
גיי זיי מסביר פאר א גוי דעם טעם,
פון מאכן קידוש אינמיטן ליינען.

זיך קענען אראפזעצן נאך א לאנגע 'ממקומך',
אראפציען דעם טלית פונעם קאפ.
די חיות פון שרייען אויפן בעל קורא,
ווען ער מאכט א טעות מיטן טראפ.

שרייען 'חזק', שטויסן עמלק, מיט א צארן א שארפן,
און ווארפן אויפן חתן א צוקערל נאכדעם,
וואס יעדער האט געענדיגט שוין ווארפן.

מיטברומען 'וטהר לבנו',
אדער שרייען 'שבח' אזוי קרעכציג,
אויסצופאסטן נאך א לאנגן תענית,
כאפנדיג א מעריב ביי די זעכציג.
א שמעק טאביק, א קוגל ליל שישי, א אידישע הבנה,
די דילעמע פון קלויבן וועמען צו פרעגן, 'שלום עליכם' ביי קידוש לבנה.

אזוי צי אזוי, וואס פארשטייט א גוי,
ס'איז דאך תַּאֲווֹת וּמַחְשָׁבוֹת לִבֵּנוּ,
לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ.

די תאוה פון נאך דארפן ערלעדיגן אויף שבת,
נישט קיין חילוק ווי שפעט ס'איז די זמן.
די תאוה פון נעמען צוויי האנטוכער אין מקוה,
אן עקסטערע דערקוויקונג איז פארהאן.

זארגן און שוויצן שוין פרייטאג ביי קידוש,
צי גרעיפ דזשוס אויף הבדלה וועט נאך זיין.
די תאוה פון האלטן שוין די כוס אין די האנט,
אין א זאפטיג שמועס לאזט זיך אריין.

די תאוה פונעם טאטן צו פרעגן ביי יחץ,
נו קינדער, וועלכע חלק איז גרעסער.
צו דרייען מיט א בעזעם ביי שריפת חמץ,
אז די פייער זאל ברענען בעסער.

מאכן זיכער יעדער ווייסט,
אז איך פאר אוועק אויף יום טוב,
אין קאנטרי אדער לְעֵבֶר הֲיַם.
די פילינג פון פארזוכן דעם האלאפטשע פון באבן,
כאטשיג עס איז חק בלי טעם.

די געשמאק פון קענען בראקן אחרון של פסח,
נאך זיבן טעג האבנדיג געווארט.
חול המועד באזוכן דעם טיר-גארטן,
ווייל אגאנץ יאר איז דאך עס פארשפארט.

דאס וועלן קלאפן נאך איינמאל די הושענא,
און זען ווי די בלעטלעך צעפליט.
טרעפן א בלאט-פלעק אויפן חבר'ס אתרוג,
די שמחה פארשטייט נאר א איד.

בענטשן גומל ביים גרעסטן מנין,
זאל יעדער פרעגן, וואו ביסטו געווען.
און ווען אין שפיטאל פירט מען איינעם אריין,
ארומגיין פרעגן וואס איז געשען.

קוקן צי די פעינט איז טאקע טרוקן,
מיט די פינגער געבן א טייטל.
די כיטערישקייט פון דערווישן יענעמ'ס נאמען,
מיטן קוקן אויף זיין טלית בייטל.

אויפצואוועקן יעדן איד אויפן פליגער,
און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען.
שטופט אפ דעם סיום פון חודש חשון,
דוקא אין די ניין טעג דאס צו פראווענען.

געבן 'מזל טוב' פארן חתן,
פונקט ווען צום חופה ער גייט שוין.
וועלן א מצוה טאנץ וואס זאל זיך ענדיגן,
ווען יעדער איינער אויפשטייט שוין.

אזוי צי אזוי, וואס פארשטייט א גוי,
ס'איז דאך תַּאֲווֹת וּמַחְשָׁבוֹת לִבֵּנוּ,
לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ.

די תאוה פונעם חולה וואס וויל פאסטן,
כאטשיג וואס דער דאקטער שרייט געוואלד.
די תאוה פונעם רוסישן איד וואס לאזט זיך,
מל'ען ביי די פערציג יאר אלט.

די תאוה פון עלטערן צו טון פאר זייער קינד,
אסאך מער ווי פאר זיך אליין.
די תאוה פון א קינד וואס וויל ברענגען נחת,
און גייט אויס מ'זאל אים פארשטיין.

די תאוה וואס ברענט אין א פארלוירענע נשמה,
באמת וויל ער זיין גוט.
נישט דא נאך אזא תאוה, ווי א אידיש קינד'ס תאוה,
וואס אוועקשטיין פון א תאוה ער טוט!

איך דאנק דעם קל חי, שלא עשני גוי,
כאטשיג תַּאֲווֹת וּמַחְשָׁבוֹת לִבֵּנוּ, ס'איז לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection