מיין שעפעלע
ליפא שמעלצער
Original Track
טייער שעפעלע, קינד מיינע,
הער זיך צו די שיינע ליד.
אויסצוניצן די טעג דיינע,
דארפסטו זיין אויסגערוט.
טייער קינד, זאלסט דיר נישט זארגן,
לייג אראפ שוין דיין קעפעלע.
דו דארפסט דאך שטייגן אויך מארגן,
יעדן טאג, נאך איין טרעפעלע.
דארפסט דאך כח, ווי א אידעלע,
און נאר אזוי מען קען.
נאך א מצוהלע, נאך א מידהלע,
מיט חשק און מיט ברען.
נאר אויף תורה, נוץ דיין מוח,
ווי אן ערליכע איד.
צו דעם דארף מען אסאך כח,
דאס קען מען נישט ווען מ’איז מיד.
שלאף מיין קינד, רו דיך אויס,
מיין טייער נחמהלע.
ברענג א לעכטיגקייט אין הויז,
מיין שעפעלע, נשמהלע.
שלאף מיין קינד, רו דיך אויס,
מיין טייער נחמהלע.
ברענג א לעכטיגקייט אין הויז,
מיין שעפעלע, נשמהלע.
טייער זיסקייט, ס’איז שווער צו גלייבן,
איך בין אויכעט געווען קליין.
מיר פלעגט מען, אויך אויפהייבן,
און אויסהערן מיין געוויין.
די אלע ספרים, וואס איז מסוגל,
איז געלעגן ביים בעטל.
און מיין מאמע, זינגט ביים וויגל,
די ווערטער, די פשעטל.
תורה צוה לנו משה,
מורשה קהילת יעקב.
לערן נאר די תורה הקדושה,
ווייל דאס איז אונזער חוב.
איך בין קליין, דער פנים בלאס,
א ניגון טו איך הערן.
אירע אויגן, מאכט מיר נאס,
מיט אירע הייסע טרערן.
שלאף, מיין קינד, רו דיך אויס,
מיין טייער נחמהלע.
ברענג א לעכטיגקייט אין הויז,
מיין שעפעלע, נשמהלע.
די יארן לויפן, אוועק זיי שפרינגען,
ס’קומען דורות נאכאנאנד.
זאלסטו געדענקען, אויך צו זינגען,
די ווערטער וואס איך זינג היינט.
דיינע קינדער, זאלסטו דערמאנען,
די געבעט, אויך די געדאנק.
ווי איך בין ביים בעט געשטאנען,
זינג זיי אויך דעם געזאנג.
תורה צוה לנו משה,
מורשה קהילת יעקב.
לערן נאר, די תורה הקדושה,
ווייל דאס איז אונזער חוב.
זאלסט מיר פאלגן, בני בני,
זע מיינע טרערן.
דיין טאטע מאמע, הער גוט צו,
וועסטו א צדיק ווערן.
שלאף מיין קינד, רו דיך אויס,
מיין טייער נחמהלע.
ברענג א לעכטיגקייט אין הויז,
מיין שעפעלע, נשמהלע.
שלאף מיין קינד, רו דיך אויס,
מיין טייער נחמהלע.
ברענג א לעכטיגקייט אין הויז,
מיין טייער זיסע שעפעלע.
