Download PDF

שמע בני

יום טוב עהרליך

Original Track

שמע בנייום טוב עהרליך

די מאמע זאגט גיין, איז גיין,
די מאמע זאגט נישט שטיין, איז נישט שטיין,
די מאמע זאגט ס’איז שיין, איז שיין,
די מאמע זאגט ניין, איז ניין.

די מאמע זאגט אין הויז, איז אין הויז,
די מאמע זאגט ארויס, איז ארויס,
די מאמע זאגט הערט, איז הערט,
די מאמע איז דאך שטענדיג גערעכט.

די מאמע זאגט צום טיש, איז צום טיש,
די מאמע זאגט דיר פיש, איז פיש,
די מאמע זאגט דיר יויך, איז יויך,
די מאמע זאגט פלייש אויך, איז פלייש אויך.

די מאמע זאגט פלינק, איז פלינק,
די מאמע זאגט צום סינק, איז צום סינק,
די מאמע זאגט ס’איז שפעט, איז שפעט,
די מאמע זאגט אין בעט, איז אין בעט.

שמע בני, אוי שמע בני, שמע בני מוסר אביך,
ואל תטוש, ואל תטוש, ואל תטוש,
ואל תטוש, ואל תטוש תורת אמיך.

דער טאטע זאגט פרעג, איז פרעג,
דער טאטע זאגט מ’מעג, איז מ’מעג,
דער טאטע זאגט נישטא, איז נישטא,
דער טאטע זאגט ס’איז דא, איז דא.

דער טאטע זאגט נישט יאג, איז נישט יאג,
דער טאטע זאגט נישט שלאג, איז נישט שלאג,
דער טאטע זאגט נישט שפיל, איז נישט שפיל,
דער טאטע זאגט נישט וויל, איז נישט וויל.

דער טאטע נעמט א chair, איז א chair,
דער טאטע זאגט אהער, איז אהער,
דער טאטע נעמט א סטראפ, איז א סטראפ,
דער טאטע גיט א קלאפ, איז א קלאפ.

דער טאטע זאגט ליג, איז ליג,
דער טאטע זאגט קריג, איז קריג,
דער טאטע זאגט נישט שווער, איז נישט שווער,
דער טאטע איז דאך שטענדיג גערעכט.

שמע בני, אוי שמע בני, שמע בני מוסר אביך,
ואל תטוש, ואל תטוש, ואל תטוש,
ואל תטוש, ואל תטוש תורת אמיך.

דו זאלסט דעם טאטנס מוסר שטענדיג הערן,
און פון דעם זיך נישט אפקערן,
און דער מאמעס תורה הערן,
און חלילה נישט צעשטערן.

שמע בני, אוי שמע בני, שמע בני, שמע בני.

די מאמע זאגט די מיידעלעך אן - אן,
צניעותדיג צו גיין אנגעטאן - אנגעטאן,
די וועג פון צניעות דאס איז - איז,
צוגעדעקט די הענט מיט די פיס.

די קליידעלע קורץ זאל נישט זיין - נישט זיין,
די העלזעלע צוגעדעקט פיין - פיין,
איעדער זאל ווייזן מיט פרייד - פרייד,
א אידישע מיידעלע גייט.

דער טאטע זאגט די יונגעלעך אן - אן,
ערליך צו גיין אנגעטאן - אנגעטאן,
די יארמולקע ברייט אויפן קאפ - אויפן קאפ,
די ציצית’לעך הענגען אויף אראפ - אויף אראפ,
די פאות (און שיעור) אויף א זייט - אויף א זייט,
אז יעדער זאל זען פונדערווייט - פונדערווייט,
און יעדער זאל ווייזן מיט פרייד - פרייד,
א אידישער יונגעלע גייט.

שמע בני, אוי שמע בני, שמע בני מוסר אביך,
ואל תטוש, ואל תטוש, ואל תטוש,
ואל תטוש, ואל תטוש תורת אימך.

דו זאלסט דעם טאטנס מוסר שטענדיג הערן,
און פון דעם זיך נישט אפקערן,
און די מאמעס תורות הערן,
און חלילה נישט צעשטערן.

שמע בני, אוי שמע בני, שמע בני, שמע בני.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection